גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
איזראעיר לופטליניע האט באקומען צייטווייליגע ערלויבעניש צו קענען אנהויבן פליגער רייזעס צו די פאראייניגטע שטאטן.
די לופטליניע פלאנט צו אנהויבן זעקס וועכנטליכע דירעקטע רייזעס צווישן תל אביב און ניו-יארק אנגעהויבן פון יולי 1.
▫️אידישער ווינקל ▫️
כינע האט ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף אמעריקאנער קאנגרעס מיטגלידער און גאווערמענט באאמטע, אין רעאקציע אויף וואס כינע באצייכנט אלס גאר שלעכטע אויפפירונג קעגן טעמעס פארבינדן מיט האנג קאנג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
יעצט נאך יום טוב איז צייט צו גיין פאר וואקאציע.
א וואקאציע אין די גרענד האיאט אין פּלאיא-דעל-קארמען, מעקסיקא, אריינגערעכנט די פליגער-טיקעטס פאר אונטער $2,000
https://wa.link/bdbexr
מדינת ישראל האט אפגעשטעלט די וויזעס פון 27 לינקע באאמטע פון פראנקרייך פאר זייער געפלאנטער באזוך, נאכפאלגנדיג אן ענליכער פארבאט אויף ענגלישע פארלאמענט מיטגלידער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
Click this link to schedule your pickup today.
https://wa.link/m7le25
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט זיך געטראפן מיט דער באפרייטער משכון סאשא טראפנאוו, און צוויי אנדערע געוועזענע משכונות פון זיין פאמיליע וועלכע זענען באפרייט געווארן פון כאמאס.
פוטין האט אויסגעדרוקט דאנקבארקייט צו כאמאס אז זיי האבן באפרייט די משכונות, זיי אנרופנדיג "ארעסטאנטן" א ווערסיע וואס פרא פאליסטינער אקטיוויסטן נוצן.
די באזוך איז געווען אין באגלייטונג פון דער רוסישער הויפט רב הרה"ג רבי בערל לאזאר שליט"א.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*Come live at the spiritual epicenter of the world* 🕊
- Next door to the Mir
- Steps from Geula
- 15-minute walk to Kotel
Learn More:
https://ptex.co/jerusalemskyYiddV
Sales@Jerusalemsky.co.il
732-210-6415
פרעזידענט טראמפּ האט געבעטן דער נייער אמעריקאנער אמבעסאדאר מייק האקעבי ער זאל אריינלייגן א נאטיץ פאר אים אין די כותל המערבי.
טראמפּ האט געשריבן דערויף: "פאר די פרידן פון ארץ ישראל - דאנעלד טראמפּ."
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז ער וועט מאכן א דיעל מיט כינע. אין א צייט וואס פינאנציעלע אינסטיטוציעס רופן דעם פרעזידענט צו ברענגען אן ענדע צו די טעריף מלחמה.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די רוסישע רעגירונג האט אפיציעל אראפגענומען די טאליבאן פון איר ליסטע פון דעזיגנירטע טעראריסט ארגענעזאציעס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
הארציגע מעלאדיעס. טויזענטער אידן האבן נעכטן מיטגעהאלטן די הערליכע מוזיקאלישע אוונט חסיד'ישע פארברענג, מיט לאנגע שטונדן פון גייסטרייכע פארגעניגן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי זאגט אז אזויפיל ווי 40% וואפנס וואס די מיליטער פארנוצט אויף די פראנט ליניעס ווערן פראדוצירט אין אוקראינע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאראייניגטע שטאטן פלאנט צו בעטן 70+ לענדער צו בלאקירן כינעזער אימפארטן פון דורכגיין זייערע גרעניצן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאראייניגטע שטאטן האט שוין אריינגענומען $21 ביליאן דאלער אין טעריף פראפיט זינט פרעזידענט טראמפּ איז געווארן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אוקראינע'ס פארלאמענט האט פארלענגערט די מארשאל געזעץ און מאביליזאציע פון מאי 9 ביז אוגוסט 6.
דערמיט קען דער פרעזידענט און זיין אדמיניסטראציע פארבליבן אין אמט לענגער, צוליב די קריזיס פון מלחמה וואס פלאגט דעם לאנד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן און די פאראייניגטע שטאטן האבן איינגעשטימט צו אריינגיין אין די קומענדיגע פאזע פון פארהאנדלונגען מיט'ן ציל זיך צו דורכקומען אויף א דיעל וואס וועט פארזיכערן אז איראן בלייבט פריי פון נוקלעארע וואפנס, אראפצונעמען די סאנקציעס און אז איראן זאל קענען אנהאלטן איר מעגליכקייט צו פראדוצירן פרידליכע נוקלעארע ענערגיע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין די לנידו שפיטאל אין נתניה, צו לייגן מזוזות אויף עטליכע נייע אפטיילונגען אריינגערעכנט אן איי-סי-יו פאר קינדער פאציענטן און פאר אן אלעקטראפיזיאלאגישע פיליאלע אין די הארץ אפטיילונג.
דער רבי שליט"א האט באגריסט און גערעדט מיט די שטאב מיטגלידער און זיי געוואונטשן הצלחה.
▫️אידישער ווינקל ▫️
געוועזענער פריים מיניסטער נפתלי בענעט איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל איבערנאכט צו די מאיר מעדיקל צענטער אין כפר סבא, נאכ'ן שפירן אן אומבאקוועמליכקייט נאכפאלגנדיג זיינע רוטינע איבונגען, ער איז דורך א פראצעדור אויפ'ן הארץ און ער ווערט אבזערווירט דורך די שפיטאל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער דעמאקראטישער פירער טשאק שומער רופט די יוסטיץ דעפארטמענט צו אויספארשן די ארסאן אטאקע קעגן דער פענסילוועניע גאווערנאר דזשאש שפירא אלס א מעגליכע אנטיסעמיטישע אטאקע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
לוזשי מאנדזשיאן איז געווארן אנגעקלאגט מיט פעדעראלע קלאגעס פאר'ן דערמארדן דער סי-אי-או פון יונייטעד העלט קעיר, דערמיט שטייט ער אויס די מעגליכקייט פון ווערן אומגעברענגט מיט טויט-שטראף.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאראייניגטע שטאטן איז גרייט צו אנערקענען רוסישע קאנטראל איבער קרימיע אינזל אלס טייל פון די פארגעשלאגענע אוקראינע רוסישע קאנפליקט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מיט ווייטאג ווערט באריכטעט איבער דער פטירה פון כ"ק הגה"צ רבי מרדכי שטיין זצ"ל, גאב"ד פאלטישאן פון בארא פארק, אין עלטער פון 84.
די לויה איז איז פארגעקומען אין בית המדרש פאלטיטשאן, און נאכדעם ביי דער מונקאטשער בית המדרש.
גדולה מיתת צדיקים.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברוך דיין האמת: עס ווערט באריכטעט איבער דער פטירה פון דער ספרד'ישער מנהיג הרה"ג רבי מאיר מזוז זצ"ל, דער גרינדער און פירער פון ישיבות כסא רחמים אין בני ברק, אין עלטער פון 80 יאר.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די וואל סטריט זשורנאל באריכט היינט צופרי אז די כאמאס טעראר גרופע איז אין אן ערנסטע פינאנציעלע קריזיס און זי קען נישט באצאלן אירע טעראריסטן.
די מדינת ישראל מיליטערישע אטאקעס הילף בלאקאדעס האבן צושטערט די מעגליכקייט פאר די גרופע צו פונקציאנירן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט געמאלדן היינט אז ער וועט שענקען די מעדאל פון עהרע פאר דער הויפט רב, הרה"ג רבי בערל לאזאר שליט"א, צוליב זיין וויכטיגע ארבעט צו פארשטערקערן אינטערנאציאנאלע פארבינדונגען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין וועלכע קען רעדן פליסיג אין דייטש, רעאגירט צו א פערזאן וועלכע אדרעסירט אים אין יענע שפראך. פוטין וועט געווענליך רעדן אין רוסיש צוליב זיין פאטריאטישע שטאנד, און אויסמיידן פון רעדן סיי וועלכע אנדערע שפראך.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*Watch now!* Exclusive behind the scenes tour of the stone masterpieces at the new Beis Hamedrash Ohr Hachaim Rivnitz. *Simchas Yom Tov!*
Click the link below:
https://youtu.be/CTwnRVd-ov4?si=mK-cvbsX19_2GcuX
Google drive link:
https://drive.google.com/file/d/12zf3ZxTz3Sns2JnM6d7K8XzqJzivOC7O/view?usp=drivesdk
איראן זאגט אז זייער מעגליכקייט צו בארייכערן אוראניום וועלכע ווערט גענוצט צו מאכן נוקלעארע וואפנס, איז נישט אויסגעשטעלט צו פארהאנדלונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
הלילה הזה - היינט נאכט!
מיר וועלן פארברענגען מיט א חסידי'שע מוזיקאלישע גייסט פון שמחה, דביקות און אחדות.
בארימטע בעלי מנגנים פון ארץ ישראל, ר' וועלוול פעלדמאן, שירה קווייער, יהושע קאללער בענד און פיל מער - א נאכט פון איבערראשונג און פארגעניגן.
טיקעטס: https://perlmanproductions.com
פאר פראגעס: https://wa.me/18454225200
די ווייסע הויז: כינע שטייט יעצט אויס 245% טעריפס אויף אימפארטן צו די פאראייניגטע שטאטן אין רעזולטאט פון די נקמה טעריפס וואס זי האט ארויפגעשטעלט.
כינע האט אין רעאקציע געזאגט אז זי איגנארירט די נומבערס שפיל און אז זיי זענען גרייט צו רעדן אויב די טראמפּ אדמיניסטראציע וויל זיך באגיין מיט רעספעקט.
▫️אידישער ווינקל ▫️