yiddishevinkel | Unsorted

Telegram-канал yiddishevinkel - אידישער ווינקל

4734

‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel

Subscribe to a channel

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטער אז די 25% טאריפס אויף קאנאדישע אויטאמאבילן קענען העכער ווערן.

''וואס מיר זאגן איז, מיר ווילן נישט ענקערע אויטאמאבילן, מיר ווילן פראדוצירן אליין.''

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דער אמעריקאנער קאנסערוואטיווער אידישער קאמענטאטאר בען שפירא האט אינטערוויואירט דער אוקראינישער פרעזידענט, אויך א איד, אין קיעוו, אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די תימנ'ע כוטיס מעלדן אז זיי האבן באוויזן צו אראפשיסן נאך אן אמעריקאנער עם-קיו-9 ריעפּער דראון.

דאס איז די 22-סטע דראון וואס זיי שיסן אראפ און איז די 7-טע די חודש אליינס. יעדע אזא דראון קאסט ארום $32 מיליאן דאלער.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

מערערע וואלדפייערן האבן אויסגעבראכן אין עטליכע שטעט אין ארץ ישראל אין רעזולטאט פון שטארקע טרוקעניש, מדינת ישראל פריים מיניסטער האט באזוכט ביי איינער פון די הויפטקווארטירן ווען מען פירט אן די קאמענד צו באקעמפן די פייערן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דער פאלעסטינער פרעזידענט אבו מאזען האט היינט אראפגעריסן כאמאס: קינדער פון הינט, "גיבט איבער די משכונות וואס ענק האלטן און ענדיגט די מיטמאכענישן."

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די קעניגרייך אין ירדן האט אפיציעל פארבאטן די מוסלעמענער בראדערהוד.

ירדנ'ער זיכערהייט קרעפטן האבן ארומגענומען און פארשלאסן אלע מוסלעמענער בראדערהוד אפיסעס און הויפטקווארטירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די מיליטערישע פליגל פון כאמאס האט פובליצירט א פסיכאלאגישע ווידעא וואו מען זעט דער משכון עמרי מירון.

אין די ווידעא אדרעסירט עמרי די געוועזענע משכונות, און די פאליטישע פירערשאפט, פארליינענדיג א כאמאס טראנסקריפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפּ: מיר זענען זייער נאנט צו א דיעל, רעדנדיג איבער די רוסישע אוקראינישע קריג.

פריערדיגע באריכטן איבער די טעמע האבן דערציילט איבער שוואכע פראגרעס און א פארנעפלטע שטימונג מיט א מעגליכקייט אז די פאראייניגטע שטאטן זאל זיך אפלאזן אינגאנצן פון מאכן שלום צווישן די צוויי, צוליב שטאטע פראגרעס און קאמפליצירטע פארהאנדלונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די מדינת ישראל מיליטער האט פארניכטעט 40 קאנסטראקציע טרעקלעך און מאשינען איבעראל אין

די טראקס פלעגן ווערן גענוצט פאר טעראריזם, אריינגערעכנט אקטאבער זיבן, אלע טרעקטארס, גרעסערע הייב מאשינען און קאנסטראציע מאשינען, זענען געווארן ארויסגענומען פון דינסט, סיי פון די כאמאס געפירטע מוניציפאליטעטן און סיי פון פריוואטע פירמעס אין די פאס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

גאלד האט דערגרייכט א נייע רעקארד הויעך, אנקומענדיג צו $3,500 פאר די ערשטע מאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

✨ Build a Website for ONLY $499!
✅ No hidden fees
✅ Professional design
✅ Limited spots available

📲 https://wa.me/972539323677?text=Hi,+I’d+like+my+website+built+for+$499
🌐 www.diamondbranding.co

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א סיענע אנקעטע צייגט אז 64% ניו יארקער שטיצן א געזעץ וואס וועט פארבאטן צו גיין מיט א מאסקע בשעת'ן שרייען אויף איינעם אדער יענעם סטראשען.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

שטייענדיג עטליכע מאנאטן נאך וואס זייער סי-אי-או איז דערשאסן געווארן, זאגט יונייטעד העלטקעיר אז זי האט געשפענדט $1.7 מיליאן דאלער אין יאר 2024 צו באשיצן הויכראנגיקע עקזעקוטיוון אין די פירמע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דעמאקראטישער פירער טשאק שומער רופט פרעזידענט טראמפּ זאל אויפזאגן פארטיידיגונגס מיניסטער פּיעט העגסעט צוליב זיין פארנאכלעסיגונג מיט'ן נוצן נישט פארזיכערטע קאמיוניקאציע מעטאדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די פרייז פון גאלד האט היינט אפיציעל דורכגעבראכן העכער $3,400 פאר אן אונס, דעם ערשטן מאל אין היסטאריע.

דאס קומט אין א צייט וואס אינוועסטירער זענען דערשראקן איבער די אנגייענדע טעריף קריג וואס די טראמפּ אדמיניסטראציע פירט אן, און זיי זוכן צו אריינלייגן געלט אין מער פארזיכערטע ערטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

רוסלאנד האט אונטערגענומען א מאסיווע אטאקע קעגן עטליכע געגנטער אין אוקראינע אריינגערעכנט אין די הויפטשטאט קיעוו, שיסנדיג 215 מיסילס און דראונס.

די אטאקע איז געווען איינס פון די די לעצטע דריי יאר, מיט 10 מענטשן טויט, אריינגערעכנט 2 קינדער און העכער 80 פארוואונדעט.

די אטאקע האט געברענגט אסאך גרויזאמע סצענעס, צילנדיג ציווילע געגנטער, און גרעסערע אפארטמענטס געביידעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

*CHARTER TO KERESTIER*
Spots are filling fast — don’t wait!

Website👇
nesiahtravel.com
Phone👇
(845) 444-8785
Whatsapp👇
https://wa.me/message/XCXXCE6TJE2PD1

Читать полностью…

אידישער ווינקל

איבער 500 צעמענט טראקס זענען גענוצט געווארן צו גיסן די פונדאמענט פון דער ריזיגער געביידע פון מרכז וויזניץ אויף רחוב שלמה המלך.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אריינגעלייגט אין די צעמענט א שטיין פון די הויז פון דער צמח צדיק מוויזניץ זצוק"ל, וועלכע איז ספעציעל געברענגט געווארן פון די שטאט וויזניצע אין אוקראינע.

די טראקס האבן געגאסן צעמענט אין לויף פון העכער 36 שטונדן אן אפשטעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

וואפףף: דראמאטישער עקסידענט צווישן א טראק און א מאטאריסט אין מאסקווע, דער דרייווער איז אומגלויבליכערהייט ארויס אומגעשעדיגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

וויאזוי צינדט מען אן פייער אין עזה, ווען עס איז דא א מאנגל פון צינדערס און שוועבלעך.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די פאראייניגטע שטאטן באטראכט א מעגליכקייט פון אראפנעמען די קאוויד-19 וואקסין פון די סי-די-סי'ס וואקסין ליסטע פאר קינדער.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

מדינת ישראל נאציאנאלער זיכערהייט מיניסטער וועלכע איז פאר זעקס מאנאטן צוריק דורכאויס די ביידען אדמיניסטראציע טערמין געווען סאנקציאנירט, האט באקומען א ווארעמע אויפנאמע אין די מאר-א-לאגא רעזארט נעכטן, באזוכנדיג די פאראייניגטע שטאטן.

בן גביר ווערט באשיצט דורך אמעריקאנער זיכערהייט באאמטע, ער וועט היינט באזוכן די יעיל אוניווערזיטעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפּ וועט לאדענען פאר א נאכטמאל אוונט, די 220 גרעסטע אינוועסטירער וועלכע האלטן זיין קריפטא וואלוטע, די טראמפּקוין.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

מעריב אנליין באריכט אז גאנצע געגנטער אין עזה זענען געווארן אינפעסטירט מיט אויפרייס מאטריאל און בובי טרעפּס, דורך כאמאס, אין רעאקציע האט די מדינת ישראל מיליטער געדארפט גראד מאכן טויזענטער געביידעס צו אויסקלארן די וועג פאר אירע זעלנער.

רפיח געגנט איז געווארן פארוואנדלט אין א דעמאלישן זאנע, א גרויסע שטיק ערד רואינירט, וועלכע וועט נעמען לאנגע יארן צו צוריקבויען.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט געשאנקען דעם בילד אלס געשאנק פאר פרעזידענט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

לויט א נייע אנקעטע זענען 61% רעגיסטרירטע וויילער אין שטיצע פון גאווערנאר האוקל'ס פלאן צו שטעלן א פארבאט אויף אריין ברענגען סעלפאונס אין שולעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

רוסישער פרעזידענט פוטין העלפט ארויס דער פריים מיניסטער פון אמאן מיט'ן נוצן זיין אויער-איבערטייטשער, דורכאויס זיין באזוך אין דער קרעמלין.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די האנט-בעג פון היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, קריסטי נאועם איז געווארן גערויבט דורך א פארמאסקירטן פארשוין אין א רעסטוראנט אין וואשינגטאן די-סי.

די באגאזש האט פארמאגט $3,000 קעש, איר פאספארט, שליסלעך, און אנדערע וויכטיגע דאקומענטן ווי איר דרייווערס לייסענס און איר אפיציעלער בעדזש פון די אגענטור.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א טראגעדיע האט פאסירט ביי די בארטנס פון חדרה ווען א גרופע שארק פישן האבן אטאקירט שווימער וועלכע האבן זיך געפונען אין וואסער, און אומגעברענגט איינעם.

די שווימער האבן איגנארירט ווארענונגען און טראץ וואס זיי האבן געזען די שארקס קומען האבן זיי פארנאכלעסיגט צו אוועקשווימען.

זק"א וואלונטירן געפונען זיך אויפ'ן סצענע און פרובירן טרעפן דעם קערפער פונעם שווימער, זייענדיג זייער קאמפליצירט אויס זארג אז די שארקס שווימען נאך אין געגנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

כינע האט אנגעהויבן נוצן 'מעיד אין קארעא' לעבלס צו אויסמיידן די טראמפּ טאריפס.

די דרום קארעא קאסטומס אפיס האט באריכטעט א העכערונג אין פרואוון צו עקספארטירן כינעזער פראדוקטן מיט פארפירערישע 'מעיד אין קארעא' לעבלס דערויף.

לויט רויטערס האט די אגענטור רעקארדירט $20.8 מיליאן דאלער אין דעם ערשטן קווארטל, א ריזן שפרינג.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…
Subscribe to a channel