גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
*יום הש"ס - רעגיסטראציע איז שוין אפן*
https://yomhashas.com/5785/?utm_source=lyl31
פרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אז דער נייער קאנאדישער פריים מיניסטער מארק קארני האט אים גערופן צו פארשלאגן א דיעל, קארני וועט באזוכן די ווייסע הויז אין די קומענדיגע וואכן.
טראמפּ זאגט אז ער וועט האבן געוואלדיגע באציאונגען מיט קאנאדע ווייל דער קאנדידאט וואס האט אים דאס ווייניגסטע געהאסט האט געווינען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר פּיעט העגסעט סטראשעט איראן אויף עקס: "מיר זעען אייערע געפארפולע וואפנס, מיר ווייסן פונקטליך וואס איר טוט, איר ווייסט זייער גוט וואס די אמעריקאנער מיליטער איז מעגליך צו טון און איר זענט געווארנט, איר וועט צאלן די קאנסעקווענצן אין די צייט און פלאץ וואס מיר באשליסן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א פערזאן איז אונטער ארעסט אין אסאקא, יאפאן נאך וואס ער האט אריינגעפירט זיין אויטא אין א גרופע פון קינדער, איבערלאזנדיג זיבן פארוואונדעט.
דער פערזאן האט לויט באריכטן געזאגט פאר פאליציי קרעפטן אז ער איז שוין זאט פון אלעס, און אז ער האט דורכגעפירט די אקט מיט'ן ציל צו מארדן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*העלפט 'רב להושיע' זעטיגן אידישע קינדערלעך און ווערy געהאלפן מיט שטוינענדע ישועות!*
*פארפאסט נישט דעם הייליגן געלעגנהייט!*
*דריקט שוין דעם לינק צו פיטערן א הונגעריגע קינד:*
https://www.ravlehoishia.org/donate?ref=yv
דער פילאנטראפ יואלי לאנדא ווערט געזען אנקומען קיין קערעסטיר, אונגארן, צווישן טויזענטער באזוכער וועלכע געפונען זיך דארט צו מתפלל זיין ביים ציון פון רבי ישעיה'לע מקערעסטיר זצוק"ל אין דער טאג פון זיין יארצייט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דראמאטישע בילד צייגט ווי מדינת ישראל פייערלעשער ליגן מאכטלאז און רוען זיך אפ נאך א שווערע געראנגל קעגן די מאכטפולע וואלדפייערן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פראנקרייך האט פארבאטן דאס באנוץ פון רויטע קאלירן, קינדער בובעס, און טראדיציאנאלע פאלעסטינע קליידונג אין פרא עזה פראטעסטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייק וואלץ און זיין דעפיוטי מיניסטער אלעקס וואנג וועלן פארלאזן זייערע אמטן.
קוואל: סי-בי-סי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פייער קריזיס אין מדינת ישראל: די בן גוריון לופטפעלד גרייט זיך פאר די אנקום פון דער ריזיגער סופער טאנקיר פייערפייטער פליגער וואס איז אויפ'ן וועג פון גריכנלאנד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אין אן אויסשליסליכער אינטערוויו מיט די עי-בי-סי נייעס אגענטור, אפצייכענענדיג 100 טעג זינט די פרעזידענטשאפט האט זיך אנגעהויבן, האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעברענט די פארשריט אין אימיגראציע, און האט בארואיגט אמעריקאנער אז די עקאנאמיע וועט זיך צוריק סטאביליזירן און בליען ווייטער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט היינט אז די סטאק מארקעט וועלכע האט שטארק געטראסקעט זינט די טעריפס זענען געמאלדן געווארן האט גארנישט מיט אים נאר מיט די ביידען אדמיניסטראציע.
"עס האט גארנישט מיט טעריפס, נאר מיט דעם אז מיר זענען געווארן איבערגעלאזט מיט שלעכטע ציפערן, ווען די בום הייבט זיך אן, וועט עס ווי קיינמאל בעפאר, געדולד," שרייבט דער פרעזידענט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די שין בית און פאליציי פארשן אויס די מעגליכקייט אז עטליכע פון די פייערס זאלן זיין ארסאן אטאקעס און די אגענטורן האבן שוין ארעסטירט דריי פארדעכטיגטע פערזאנען.
אין בילד: די פייער נעבן ירושלים געזען פון א רעטונגס העליקאפטער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
בולדאזערס ברעכן דורך צעמענטענע שאסיי בלאקאדעס צו ערלויבן עמערדזשענסי עוואקואציעס אויף שאסיי אחד אינדרויסן פון ירושלים.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א פאליציי אפיציר אין מדינת ישראל ווערט געזען אוועקפירן א טאטע און קינד פון א ברענענדיגע שאסיי, נאכ'ן ווערן געשטראנדעט צוליב די פלאמען וואס בוזשעווען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז ער וועט אויפנעמען זיין געוועזענער זיכערהייט ראטגעבער מייק וואלץ פאר דער אמעריקאנער אמבעסאדאר צו די יונייטעד נעישנס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א ביל וועט אויפגעברענגט ווערן אינעם ניו יארק סענאט, וואס אויב ווערט דאס באשטעטיגט וועלן דאקטוירים ווערן ערלויבט צו העלפן מענטשן באגיין זעלבסטמארד אונטער ספעציפישע אומשטענדן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן מעלדט אז זי האט עלימינירט א מען וואס ווערט באשולדיגט אין שפיאנירן פאר די מדינת ישראל מוסד, און אויפ'ן זיין פארמישט אין דערמארדן א הויכראנגיקער מיליטערישער באאמטער אין יאר 2022.
א באריכט אין די מיזאן נייעס אגענטור זאגט אז ער איז געווען א שפיאן הויעך אין ראנג, צושטעלנדיג שטיצע פאר מערערע מוסד מיסיעס אין איראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*Watch now and be inspired by powerful stories of yeshuos that came through supporting Rav Lehoshia — and carrying on R’ Shayale’s legacy of feeding the hungry.*
https://youtu.be/ZsjrahD1A5A?feature=shared
גוטע נייעס: די פייערן נעבן ירושלים זענען געברענגט געווארן אונטער קאנטראל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
בילדער צייגן די נאכפאלגן פון די וואלדפייערן נעבן ירושלים געגנט, אסאך פייערן זענען געברענגט געווארן אונטער קאנטראל דורכאויס די נאכט, אסאך הילף קומט היינט אן פון דערנעבנדע לענדער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א דרוזישער פייערמאן, וויאם נעוואני, אין ארץ ישראל ווערט אויסגעלויבט אויף זיין העראאישקייט, איינשטעלנדיג זיין לעבן צו ארויסראטעווען א ספר תורה פון א ברענענדיגע הויז.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו: מיר האלטן 18 מענטשן אין ארעסט אויף פארדאכטן אויף אנהויבן די פייערס.
נתניהו האט צוגעלייגט: "אונזערע שכנים וועלכע טענה'ן אז זיי האבן ליב דעם לאנד, רעדן איבער אנצינדן פייערס און דאס פארברענען."
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: די פאראייניגטע שטאטן און אוקראינע האבן אונטערגעשריבן א מינעראל דיעל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א 'רויטע פאקל' צושטאנד איז געווארן דערקלערט דורך די פייער און רעטונגס אגענטורן אין מדינת ישראל, וואס באדייט די מאביליזאציע פון נאציאנאלע הילף, די מיליטער, אריינגערעכנט עירקרעפט, הילף פון אנדערע דיסטריקטן און לאגיסטישע קרעפטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א געריכט אין ווערמאנט האט געאורטיילט אז די רעגירונג זאל באפרייען א פאלעסטינער מאן וועלכע האט אנגעפירט מיט אנטי איזראעל פראטעסטן, און איז ארעסטירט געווארן אינמיטן זיין אינטערוויו צו פארענדיגן זיין בירגערשאפט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
בולגאריע, קראאטיע און די פאראייניגטע שטאטן, האבן פארגעשלאגן הילף פאר מדינת ישראל צו באקעמפן די פייערן, און לויט אומבאשטעטיגטע קוועלער האט סאודי אראביע אויך איינגעשטימט צו העלפן אין פאל עס פעלט זיך אויס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דראמאטישע סצענעס: א פאליציי אפיציר ראטעוועט ארויס א קינד פון א הויז אונטער עוואקואציע פארארדענונגען נעבן ירושלים.
▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט באריכטן פון כאן נייעס אגענטור האט די פאלעסטינער אויטאריטעט פארגעשלאגן צו שיקן הילף צו פארלעשן די פייערס, מדינת ישראל האט נאכנישט רעאגירט צו די פארשלאג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דראמאטישע וואלדפייערן האבן אויסגעבראכן אין עטליכע שטעט אין מדינת ישראל, פירנדיג צו אפגעשלאסענע שאסייען, מאסן עוואקואציעס און אפגערופענע צערעמאניעס פאר יום העצמאות.
די פייערן ברענען מיט די הילף פון שטארקע ווינטן און פארשפרייטן זיך אויף אן אלארמירנדע פארנעם, א סטעיט אוו עמערדזשענסי איז דערקלערט געווארן און די מיליטער איז געווארן אריינגעברענגט צו ארויסהעלפן, אריינגערעכנט מיט עוואקואציעס, סורוועילענס פון אויבן און מיט אירע שמשון פליגערס וועלכע זענען אויסמושטירט צו ארבעטן קעגן פייער דורך אראפלאזן ספעציעלע שטויב וואס דערשטיקט פלאמען.
אויסערן מיניסטער גדעון סער האט גערופן עטליכע ארומיגע לענדער צו בעטן הילף, און קפריסין און איטאליע שיקן פליגערס צו ארויסהעלפן מיט די פייערן.
▫️אידישער ווינקל ▫️