yiddishevinkel | Unsorted

Telegram-канал yiddishevinkel - אידישער ווינקל

4734

‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel

Subscribe to a channel

אידישער ווינקל

*Scratch. Win. Fly to Meron!*

https://www.meronscratchoff.org/?ref=lyl31

Читать полностью…

אידישער ווינקל

איראן זאגט אז אן אפמאך מיט אמעריקא זעט אויס מעגליך.

דאס קומט בלויז א טאג נאך וואס איראן האט געסטראשעט אז סיי וועלכע אטאקע קעגן איר דורך אמעריקא אדער מדינת ישראל וועט באקומען א שארפע רעאקציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

טראמפ האט באשטעטיגט אז ער האט פארגעשלאגן פאר'ן מעקסיקאנער פרעזידענט צו שיקן אמעריקאנער טרופן וועלכע זאלן זיך צו שלאגן מיט די דראג קארטעלן, און אז מעקסיקא האט אפגעזאגט דעם פארשלאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט געמאלדן א פרישער אינציאטיוו פאר אומלעגאלע אימיגראנטן זיך צו זעלבסט דעפארטירן, פארשלאגנדיג טויזנט דאלער צו העלפן מיט די טרעוול אויסגאבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א שיסעריי איז פארגעקומען אין א רעסטוראנט אין אריזאנע נעכטן נאכט, פון וואס כאטש דריי זענען אומגעקומען און פינף פארוואונדעט געווארן.

די פאליציי פארדעכטיגט אז עס זענען געווען עטליכע שיסער אבער האט דערווייל נישט באוויזן צו כאפן די פארברעכער. טראץ דעם זאגט די פאליציי אז דער פובליק איז נישט אין קיין געפאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז אויב זאל די טאריף קריג צווישן אמעריקא און כינע ווייטער אנהאלטן, דאן וועט דאס אריין שטיפן די כינעזער עקאנאמיע אין א דעפרעסיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפּ טראכט פון אויפזאגן צווישן 1,000 און 1,200 מיטגלידער אין די סי-איי-עי זיכערהייט אגענטור.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

לויט באריכטן האבן די כוטיס עוואקואירט די הויפט לופטפעלד אין צנעא, תימן, אויס זארג אז מדינת ישראל וועט רעאגירן צו די אטאקע נעבן בן גוריון לופטפעלד און אטאקירן די לופטפעלד.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די מידיא אין איראן באריכט איבער א גרויסער פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א מאטארביציקל פאבריק אין מאשאד, קיינער איז נישט געווארן פארוואונדעט אדער געשטארבן אין די אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפּ זאגט אז ער וועט נישט אויפזאגן דער פעדעראלער רעזערוו טשעירמאן דזשעראם פּאועל, איידער פּאועל'ס טערמין ענדיגט זיך אין יאר 2026.

פרעזידענט טראמפּ האט שוין אויסגעדרוקט מערערע מאל זיין פארלאנג פאר פאועל אז ער זאל נידערן די ראטעס, און געלאזט הערן אנטוישונג איבער דער טשעירמאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א דראון דזשעמינג סיסטעם אויף אן אייזל מיט א העלמעט אין סערוויס מיט די רוסישע קרעפטן אין אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

כינעזער פרעזידענט שי-דזשינפינג איז ערווארטעט צו באזוכן רוסלאנד די וואך, צו טרעפן רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין און ער וועט זיך באטייליגן ביי די זיג פאראדעס וואס וועלן פארקומען פרייטאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דראמאטישע ווידעא פון דער אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

ברעיקינג: א מיסיל געשאסן פון תימן פארפעלט צו ווערן אראפגעשאסן דורך די מדינת ישראל חץ סיסטעם און די אמעריקאנער טהאד מיסיל סיסטעם איז געפאלן נעבן טערמינאל 3 אין בן גוריון לופטפעלד, איינער לייכט פארוואונדעט געווארן אין די אינצידענט מיט די מיסיל פאלנדיג אין אן אפענע פלאץ.

די לופטפעלד איז אפגעשטעלט פאר צייטווייליג, אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפּ אויף טרוט, שיקט ארויס אט די בילד, עס איז געווארן איבערגעשיקט דורך די ווייסע הויז אקאונט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

אמעריקא וועט אריבער שיקן א פאטריאט עיר-דעפענס מיסיל סיסטעם פון מדינת ישראל קיין אוקראינע, און וועט ארבעטן אז דייטשלאנד אדער גריכנלאנד זאלן אריבער שיקן נאך איינס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

צוויי הייקער אין טשעכיי האבן געפינען אן אוצר אינמיטן זייער שפאציר, ווען זיי האבן זיך אנגעקלאפט אין א קעסטל פיל מיט גאלדענע מטבעות און צירונג.

היסטאריקער זענען אצינד פארנומען פארשן פון וואו דאס קומט און ווער עס האט דאס דארט באגראבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרישט אייך אויף מיט א געשמאקע וואקאציע פאר דריי טויזנט דאלער, אריינגערעכנט פליגער טיקעטס.

https://wa.link/74uye6

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט ארויף שטעלן 100% טאריפס אויף מאוויס וועלכע ווערן פראדוצירט אין אויסלאנד, כדי צו ראטעווען האליוואד פון אונטערגיין.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט אז מען זאל צוריק עפענען דעם פארלאזטן אלקאטראז טורמע, זאגענדיג אז דאס וועט זיין א צייכן פון געזעץ און ארדער.

אלקאטראז איז פון די שווערסטע טורמעס אין אמעריקא און געפינט זיך אויף א קליינער אינזל איזאלירט פון די מענטשהייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

ברעיקינג: מדינת ישראל און די פאראייניגטע שטאטן האבן נארוואס דורכגעפירט א געמיינזאמע סעריע פון אטאקעס קעגן כוטי צילן אין תימן אין רעאקציע צו די ראקעט וואס איז געפאלן נעבן בן גוריון לופטפעלד.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דערווייל אין דרום ארץ ישראל: שווערע רעגן שטורעמעס און האגל האבן באטראפן די דימונה געגנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די מאגורא V5. די דראון וואס האט געבראכן א פרעצעדענט און אראפגעשאסן א רוסישער SU-30 פליגער.

דאס איז דער ערשטער מאל אין היסטאריע וואס א וואסער דראון האט אראפגעברענגט א מיליטערישער פליגער.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א נייע ביכל דעקט אויף: לויט באריכטן האבן געהילפן פון פרעזידענט ביידען באטראכט די געדאנק אז געוועזענער פרעזידענט ביידען זאל נעמען א גייסטישער טעסט אין די אנהויב יאר 2024, אבער האבן באזייטיגט די פלאן אויס זארג צוליב זיין גייסטישער צושטאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

עקסיאס באריכט: אמעריקאנער פארטיידיגונגס מיניסטער פּיעט העגסעט פלאנט צו באזוכן ארץ ישראל אין די טעג איידער פרעזידענט טראמפּ באזוכט אין די מיטל מזרח. טראמפּ וועט זיך נישט אפשטעלן אין ארץ ישראל דורכאויס די באזוך.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א מדינת ישראל זעלנער האט אויסגעמיטן פון ווערן שווער פארוואונדעט אדער אפילו ערגער ווי דעם, נאך וואס א מעטאלענע שטיק צוים האט אים אויסגעמיטן מיט ניסים, נאך וואס זיין גרופע האט אטאקירט א הויז אין עזה, מיט א שטיק מעטאל פליענדיג אין רעאקציע צו די אויפרייס קראפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפּ שרייבט אז איראן שפילט ווי דער אומשולדיגער קרבן, אין א טוויט איבער די כוטי אטאקע אויף בן גוריון לופטפעלד, מיט מדינת ישראל פריים מיניסטער ענטפערנדיג, אז טראמפ איז גערעכט, און אז מדינת ישראל וועט רעאגירן צו די אטאקע אין די פלאץ און צייט וואס זיי קלויבן אויס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

בעני גאנץ רעאגירט איבער די מיסיל אטאקע נעבן בן גוריון: "דאס איז נישט תימן, דאס איז איראן."

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די כינעזער פירמע טעמו האט אויפגעהערט שיקן פראדוקטן פון כינע צו די פאראייניגטע שטאטן, אנגעבנדיג די סיבה פון הויכע טעריפס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די אייגענע מעדיצין: די אוקראינישע מיליטער האט דורכאויס די נאכט אטאקירט מערערע געגנטער אין רוסלאנד, אריינגערעכנט אין ראסטאוו, נאוואראסיסק, טאמאן און אנאפא, מיט ארום פיר פארוואונדעטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…
Subscribe to a channel