גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
העכער 20 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן אין א קאר עקסידענט אין סענטא מאניקע געגנט אין לאס אנדזשעלעס, 5 מענטשן זענען אין א קריטישע צושטאנד, 8 אנדערע זענען אן ערנסטער צושטאנד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער האט געקלינגען דעם פויפסט זיך צו אנטשולדיגן אויפ'ן אטאקירן א קירכע אין עזה, אין וועלכע דריי זענען געשטארבן און 10 פארוואונדעט געווארן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסלאנד פלאנט צו פארבאטן דאס באנוץ פון וואטסעפ אין לאנד, דאס אנקוקנדיג אלס זיכערהייט געפאר, די שריט וועט איינצוימען 80 מיליאן באנוצער וועלכע נוצן די אפליקאציע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
וואלמארט האט געהעכערט אסאך פרייזן מיט 51% אין רעזולטאט פון פרעזידענט טראמפ'ס טעריפס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
Your home is calling.
Beautiful spaces, Perfect location, Smith Gardens.
Ready to see it for yourself?
Call HFA Realty at 845-781-2410
Or message us: https://wa.me/message/4NI4LFHGJADYG1
פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט אמעריקאנער אטוירני דזשענעראל פאם באנדי צו פארעפנטליכן אלע טעסטימאניס פון די דזשעפרי עפשטיין גרענד דזשורי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ביירוט האט פארבאטן פינאנציעלע האנדל מיט כיזבאלא באנק.
די שריט פאלגט נאך א זיצונג פון 30 גאווערמענטס ארום דער וועלט, אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע זוכן צו קאנטערן די כיזבאלא אגענטור'ס אקטיוויטעטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ איז געווארן דיאגנאזירט מיט כראנישע בלוט צירקולאציע צושטאנד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
סיריע'ס הויפט מיליטערישע הויפטקווארטיר, און איר ווערסיע פון דער פענטעגאן, ווערט געזען פארניכטעט נאך מדינת ישראל אטאקעס, פאסירנדיג נאך וואס סיריע האט צוגעלאזט אירע קעמפער אטאקירן די דרוזישע באפעלקערונג אין סאוועידא געגנט, די מדינת ישראל מיליטער באשיצט די דרוזן אין סיריע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל האט זיך אנטשולדיגט אויפ'ן אטאקירן א פאמיליע קאטוילישע קירכע אין עזה, וואס זי באצייכנט אלס א גרייז, די מיליטער האט דאס אטאקירט נוצנדיג א טאנק גאן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מאסיווע פארפלייצונגען פארנט פון דער אידישער הויפטקווארטיר אין מאסקווע, רוסלאנד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א פאקיסטאנער דזשורנאליסט מיט עכטע געטריישאפט צו זיין ארבעט באריכט איבער שטורעם רעגן, מיט זיין גאנצע קערפער זייענדיג איינגעטונקען אין וואסער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א מאסיווע פייער האט אויסגעבראכן אין א זעקס שטאקיגע שאפינג צענטער אין איראק'ס קאט געגנט, 61 זענען געשטארבן און צענדליגע זענען ארויס פארוואונדעט אין דער אינצידענט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
בריטישער פריים מיניסטער קייר סטארמער מעלדט אז ענגלאנד נידערט די יארגאנג ערלויבעניש פון קענען שטימען פון 18 צו 16 אין אלע בריטישע וואלן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט איבערצייגט קאקע-קאלע אויפצוהערן לייגן קארן סירופ אין זייער 'קאוק' געטראנק, און אנשטאס דאס איבערזעצן מיט צוקער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דייטשלאנד האט אפיציעל פארבאטן צו טראגן מעסערס און וואפנס אויף פובליק טראנספארטאציע אין בערלין.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*Warehouse/Shop Manager 🔧*
✅ Manage inventory & shop workflow (10-15 workers in shop)
✅ Schedule deliveries & plan routes (10 trucks on the road)
✅ Prioritize jobs for on-time delivery
✅ Strong decision-making & independence
📍 Located 30 min from Monsey / 1 hr from Brooklyn
Send your resume to: zrilly@hireexteam.com
Or what's app https://wa.me/message/GYENHL4HIH3AH1
ניו-יארק מעיאר קאנדידאט זאוראן מאמדאני איבער טורמעס...
▫️אידישער ווינקל ▫️
מאסיווע פארפלייצונגען אין אנקארא, דער הויפטשטאט פון טערקיי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
סירישער פרעזידענט אכמאד אל שארא באדאנקט זיך פאר די פאראייניגטע שטאטן פאר'ן ארויסהעלפן סיריע מיט'ן מאכן א פייער אפשטעל צווישן עטנישע פראקציעס, אריינגערעכנט די דרוזן און די בעדואינער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
טויזענטער בירגער אין מדינת ישראל האבן זיך באטייליגט ביי א דעמאנסטראציע פון כיכר החטופים ביז צו דער אמעריקאנער אמבעסאדע געביידע, צו בעטן אמעריקא זאל העלפן באפרייען אלע משכונות פון עזה.
פרעזידענט טראמפ האט געלאזט פאלן ווערטער אז 10 משכונות וועלן ווערן באפרייט די קומענדיגע טעג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער איז איבערראשט אז דער פעדעראלער טשעיר דזשעראם פאועל איז געווארן אויסגעקליבן פאר זיין אמט.
[טראמפ האט אויסגעקליבן פאועל]
▫️אידישער ווינקל ▫️
ניסים אין אוקראינע: דער אויטא פון דער חב"ד שליח אין כערסאן, הרב יוסף יצחק וואלף שליט"א איז געווארן דירעקט אטאקירט דורך א רוסישער דראון וואס האט אויפגעריסן אויף דער פאדערשטער טייל, ער און זיין פאמיליע האבן ב"ה איבערגעלעבט דעם דראמאטישן אינצידענט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל אראבישער ווארטזאגער אינפארמירט אז מדינת ישראל'ס מערסט געזוכטער מענטש אין עזה נאכ'ן עלימינירן נאנט צו כאמאס' גאנצע מיליטערישע פירערשאפט, איז עזאדין אל כאדאד, דער לעצט געבליבענער קאמאנדיר פון די אל קאסאם בריגאדע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
"THERE'S ALWAYS MORE"
*
BUYRITE SUPERMARKET
13 Greenfield Rd,
Woodridge, NY
*
MEAT - FISH - SUSHI - ACAI - BAKERY - DELI - GROCERIES
לינקע אקטיוויסטן אין לאנדאן האבן אויפגעהאנגען א בילד פארנט פון די אמעריקאנער אמבאסאדע, וואו מען זעהט פרעזידענט טראמפ זיך פאטאגראפירן מיט דזשעפרי עפשטיין.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א פרישע אנקעטע צייגט אז 49% אמעריקאנער זענען גרייט אריין צו גיין אין א דריטע פאליטישע פארטיי, אויסער די רעפובליקאנער און דעמאקראטישע פארטייען, אבער נישט אין די וואס אילאן מאסק האט געעפענט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
רעזיגנאציעס הייבן אן אנקומען צו דער טישל פון מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו דורך פרומע חברי כנסת פון די ספרד'ישע ש"ס פארטיי, איבער די טעמע פון דארפן דינען אין מיליטער.
די פארטיי האט זיך אונטערגענומען נישט צו שטימען אין אפשטימונגען צו צעווארפן די רעגירונג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*Our Sales Team Are Now In Town*
*6 Sales Slots Remain Open.*
Jerusalem Sky - Luxury of being HERE! Kosel, Mir, Geulah!
https://jerusalemsky.co.il/
נישט דא ווער זאל לאכן: כיזבאלא, וועלכע איז שוין יארן פארוויקלט אין שלאכטן צו אונטערדרוקן די רעבעלן אין סיריע, אויף דער זייט פון באשאר אל אסאד, און אויף דער זייט פון איראן, טוט פארדאמען מדינת ישראל אויף אירע אטאקעס קעגן סיריע...
▫️אידישער ווינקל ▫️