גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן איבער א גרויסע און וויכטיגע 36 מיליאן דאלער אורטייל געווינס קעגן סי-בי-עס, פּאראמאונט און 60 מינוט פראגראמען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א ריזיגער קרעין האט געטראסקעט דורכאויס מאסיווע בוי ארבעט אויף די עיקערס גאס אין קרית יואל, די וואג פון די קרעין האט צעדרוקט א 15 פאסאזשיר מיניווען און מיט ניסים האט גארנישט פאסירט צו קיין מענטשן.
לאקאלע עמערדזשענסי אגענטורן ווי הצלה, מצילי אש האבן רעאגירט און פארזיכערט די סצענע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ באשולדיגט געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא אין פארראט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליציי האבן אפגעפונען א 9 יעריג מיידל וועלכע איז פארלוירן געגאנגען ענדע פאריגע וואך, און עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז נישט פארכאפט געווארן נאר איר טאטע האט איר דערמארדעט.
לויט אויספארשער האט דאס דער טאטע געטון צוליב זיין אבסעסיע אז אלעס זאל זיין אין סדר, און אירע שפילערייען האבן אים געשטערט צופיל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אמווייניגסטנס 19 מענטשן זענען געשטארבן און 100 אנדערע פארוואונדעט געווארן אין באנגלאדעש ווען א פליגער פון איר עירפארס האט געקראכט דורכאויס א טרענירונג רייזע אין די הויפטשטאט דאקא.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט פארעפנטליכט 230,000 דאקומענטן ארום די מארטין לוטער קינג'ס דזשוניער'ס אטענטאט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער טוט זיך אויסקורירן נאכ'ן שפירן נישט גוט פון פארשימלטע עסנווארג ער וועט פארזעצן צו אויספירן זיינע פליכטן זייענדיג אין זיין הויז פאר די קומענדיגע דריי טעג, זיין טרייעל איז אויך געווארן אפגעשטופט צוליב די קראנקייט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: צום ערשטן מאל זינט די מלחמה אין עזה האט די איי-די-עף מיליטער אנגעהויבן אן ערד אינוואזיע אין דיר אל באלאך.
מדינת ישראל זעלנער אפערירן יעצט אין דעם געגנט אין צענטראל עזה, די ערד זעלנער וועלכע מאנעוורירן זיך דארט זענען פון די גולני בריגאדע.
דורכאויס די נאכט האבן מדינת ישראל פייטער דזשעטס אטאקירט טעראר צעלן אין דעם געגנט, אין בעפארגרייטונג צום אינוואזיע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אבו דאבי איז געווארן באשטימט אלס דער מערסט פארזיכערטער שטאט אין די וועלט, פאר דער 9-טער יאר אין א צי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אן 61 יעריגער מאן איז אומגעקומען נאכ'ן ווערן אריינגעשלעפט אין אן עם-אר-איי מאשין דורך איר שטארקע מאגנעטישע קראפט, ווען ער איז אריין אין צימער מיט א מעטאלענע קייטל אין די צייט וואס א סקען איז געווען אקטיוו.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אויטאריטעטן ווארענען אז מען האט געטראפן צענדליגער מאסקיטאס מיט די וועסט נייל ווירוס, דערווייל איז נאכנישט פארהאן קיין מענטשליכע אנגעשטעקטע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרישט אייך אויף מיט א געשמאקע וואקאציע!
https://wa.link/74uye6
לוקסריעזע טראנספארטאציע אין רוסלאנד...
▫️אידישער ווינקל ▫️
די באפעלקערונג אין עזה איז געשטיגן מיט 2.02% זינט אקטאבער זיבן, טראץ די מלחמה מיט טויזנטער פאטאליטעטן, און אין דער צייט וואס אסאך באשולדיגן מדינת ישראל אין דורכפירן פעלקער מארד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן האט איינגעשטימט מיט פראנקרייך, דייטשלאנד און ענגלאנד, צו פריש אנהויבן נוקלעארע פארהאנדלונגען קומענדיגער וואך, לויט א באריכט אין די איראנער טאסנים נייעס אגענטור.
▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסלאנד וועט ערזעצן וואטסעפ מיט איר אייגענע מעסעדזשינג ווערסיע, די רוסישע אפליקאציע "מעקס עפּפּ".
די קרעמלין ארבעט צוצוגרייטן די טויש, די אפליקאציע וועט ווערן אינסטאלירט אויטאמאטיש אויף אלע דעווייסעס אין רוסלאנד, אנגעהויבן פון סעפטעמבער 1.
▫️אידישער ווינקל ▫️
געוועזענער משכון אברה מנגיסטו איז באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך פינעף מאנאטן פון באהאנדלונגען, זיך צו אויסקורירן פון די צייט אין כאמאס געפענגעניש.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער דעפיוטי אטוירני דזשענעראל וועט זיך טרעפן מיט גילעין מעקסוועל, א נאנטער צו דזשעפרי עפשטיין וועלכע זיצט אין טורמע פאר'ן אים העלפן מיט זיינע אומלעגאלע אקטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ניו יארק וועט אויפהערן בעטן געלט פאר טעלעפאן געשפרעכן אין טורמע, שפארנדיג א געשאצטע 13 מיליאן דאלער יערליך פאר די פאמיליעס פון פארברעכער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*A better connection makes all the difference.*
With 20+ years of trusted service, Skywire delivers crystal-clear communication, unbeatable rates, and top-tier support.
Call/Text 718-705-5500 | Online: https://skywirenetworks.com/
מדינת ישראל מיליטער האט דורכאויס די נאכט אטאקירט צילן אין תימן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דרום קארעא שפיאנאזש אגענטור האט גענצליך אפגעשטעלט איר טעלעוויזיע און ראדיא פראפעגאנדע בראדקעסט וואס האט געצילט צפון קארעא.
▫️אידישער ווינקל ▫️
עס ווערט היינט אפגעצייכנט 20 יאר זינט מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה, מיט די מדינה עוואקואירנדיג טויזענטער אידן פון זייערע היימען מיט צוואנג, איבערגעבנדיג עזה פאר די פאלעסטינער.
אין אויסטויש האט מדינת ישראל געליטן פון טויזענטער ראקעטן דורכאויס די יארן און עווענטועל אויסגעשטאנען די אקטאבער זיבן אטאקע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט א פרישע אנקעטע פון די לינקע סי-בי-עס נייעס אגענטור, טוט טראמפ'ס אימיגראציע פאליסי פארלירן פאפולעריטעט, און מער אמעריקאנער ווילן ער זאל פאקוסירן אויף די עקאנאמיע אנשטאט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל לייקענט אז 67 ציווילע זענען אומגעקומען אין עזה, נאך וואס כאמאס האט געזאגט אז מדינת ישראל האט געשאסן אויף ציווילע ביים נעמען עסן.
די מדינת ישראל מיליטער זאגט אז זיי האבן געשאסן ווארענונג קוילן צוליב א געפאר, אבער לייקענען דעם ציפער אומגעקומענע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א מאטאר פון א באואינג 767 פון דעלטא לופטליניע האט אנגעהויבן ברענען קורץ נאכ'ן זיך הויבן, אבער האט באוויזן צו לאנדן פארזיכערט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
וויצע פרעזידענט דזשעי די ווענס איז דער קאנדידאט מיט די מערסטע שאנסן צו געווינען די 2028 פרעזידענטליכע וואלן, לויט פאלימארקעט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
צום ערשטן מאל זינט די אנהויב פון די מלחמה, האט די מדינת ישראל מיליטער ארויסגעגעבן אן עוואקואציע פארלאנג צו די איינוואוינער פון דיר אל באלאך, אין צענטראל עזה.
"די איי-די-עף ברייטערט אויס אירע אפעראציעס צו א געגנט וואו זי האט נאכנישט אפערירט פארדעם," שטייט אויף די עוואקואציע נאטיץ."
▫️אידישער ווינקל ▫️
פעד טשעיר דזשעראם פאועל טוט נישט לייקענען באריכטן אז ער באטראכט די מעגליכקייט צו רעזיגנירן.
▫️אידישער ווינקל ▫️