hemishee_kremel_channel | Unsorted

Telegram-канал hemishee_kremel_channel - היימישע קרעמעל

1397

קומט אריין און זייט אייך מחי' מיט די פיינע נייעס פאר אינזער טשעטינג גראפ 👇🖇 @Hemishee_kremel

Subscribe to a channel

היימישע קרעמעל

איינער ווייסט אויב דער בלאַט האט יא פיקוח און קימט נאך די מינימום סטאנדארטן?

די עיקר ס'איז דא אידן וואס פילן פאר וויכטיג צו האבן וואס צו טוהן מיט זייער טאג

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אין וואל-מארט מיט ציצית


דערמאנט מיר פון .. בלעק פיפל די ריעל דזשוס.. גיי טוה אן ציצית...

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

כ''ו אב איז געווארן אפגעקויפט לזכות דעם זעלבן בחור

אין לע"נ רביה''ק בעל דברי יואל מסאטמאר זיע''א

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

האסטע שוין געלייגט תפילין היינט די שקיעה איז
7:49

נאכדעם איז א שעלה צי מען מעג לייגען לויף לייגען

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

סאטמאר רבי מהרז"ל ביים פארלאזן סאטמאר בארא פארק קעמפ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מוצאי שבת נחמו - סעודת הודאה - אין סקולען ירושלים

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מוצאי שבת נחמו ווייבס

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

7:30 Sharp is closing time

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

דעס אלעס איז גענימען געווארן פין הרב הצדיק רבי שמעון שפיצער שלט"א

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אַ צוויי – פאַכיגע תועלת

דאָס באַדייט אַז ווען דער חובת הלבבות
שרייבט דאָ איבער די געוואלדיגע רואיגקייט
וואָס דער בעל בטחון באַקומט, אַסאַך מער פון
דעם בעל האלכימיה', רעדט ער אַצינד פון אַ
רואיגקייט וואָס העלפט פאר תורה מיט עבודת
ה'. הערשט שפּעטער אין זיין הקדמה גייט ער
נאָכאָמאָל שרייבן אַז דער בעל בטחון וועט
האָבן אַ מנוחת הלב אויך פון סתם דאגות לגבי
װעלטליכע זאַכן.
דער חובת הלבבות דערמאנט אַלזאַ צוויי
מאָל אין זיין הקדמה אָט דעם ענין, אַז אַ בעל
בטחון װעט האָבן אַ רואיגע לעבן. דאָס ערשטע
מאָל שרייבט דאָס דער חובת הלבבות ווען ער
רעדט וועגן הצלחה אין תורה ותפלה ומצוות',
און דאָס צווייטע מאָל ווען ער רעדט וועגן
הנאה האָבן אויף דער וועלט', פאַרװאָס זאָלסטו
זיך סתם פייניגן בעולם הזה? בעסער זאָלסטו
האָבן אַ געשמאקע וועלט וואו דו האסט הנאה.
און די גאַנצע סיבה פֿאַרװאָס דער חובת
הלבבות האָט דאָ אויסגערעכנט די צען תועלת'ן
וואָס מ'האט פון בטחון, מער פון דעם 'אלכימיה'
פאַך, איז געווען צוצוקומען צו אָט דער נקודה:
אַז דער בעל בטחון גײט האָבן אַ געזונטע רואיגע
נפש. און דאָס האָט צוויי חלקים, איינס, אַז
דורכדעם װעט ער קענען אָנקומען צו זיין תכלית
החיים פון דינען השי"ת בעסער, און מצליח זיין
בתורה ובעבודה. און דאָס צװײטע, אַז דורכדעם
וועט זיך נישט פּייניגן וועגן עולם הזה'דיגע זאַכן.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מוסדות בעלז מיט א מודעות אָבל אויף האברך החשוב ישראל שלום אשרי ע"ה נאכן שוידערליכע עקסידענט נעכטן נאכט אין אפסטעיט ווי צוויי יונגעלייט זענען טראגיש אומגעקומען רח"ל!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

תנצב״ה

טייערע אידן מדאר׳ף ניסים! דרייוען און דו קעטסקילס איז נישט קיין וויצען

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ברוך דיין האמת
שוידערליכע טראגעדיע אין די קעסטקילס ווי 2 אידישע קינדער זענען נעבעך אומגעקומען ל''ע אין א שרעקליכע עקסידענט וואס האט פאסירט אין מאונטינדעיל אויף די גאר געדרייטע טשערטש ראוד, ווי זייער קאר האט זיך איבערגעדרייט און אראפגעגליטש צו די זייט פון די ראוד און אויפגעריסן אין העלישע פלאמען ווי ר''ל זענען זיי ליידער נפטר געווארן אויפן ארט.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

סאטמאר מהרז"ל בויט א גרויסע בית המדרש אין קרית יואל הארט נעבן דעם צענטראלע בית המדרש הגדול פון קרית יואל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

טייערע עולם האסטע שוין געלייגט תפילין היינט אין אז נישט אויף וואס ווארטסטע די שקיעה איז 7:54

נאכען שקיעה איז א שעלה צי מען מעג לייגען

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אָמַר רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל, לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

יעצט געפאלט חמושה עשר באב
שטייט געשריבן אז עס איז א גרויסע יום טוב מען זאגט נאך פין צדיקים אז די טאג הייבט מען זיך אן גרייטען צים יום הדין

פלעגן זיך צדיקום ווינטשן א גוט געבענטשט יאר זאל די הייבשטער העלפן יעדער זאל געהאלפען ווערן מיט וואס מען דארף
אין א גוט געבענטשט יאר

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אויף די פראגע צי מען קען אפקויפן זכותים אויף די תפילין רימיינדער יא מען קען מארגען איז געווארן אפגעקויפט דורך א חבר מיינער לזכות א גאר חשובע בחור

לזווג

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

א שארפע מודעה פאר די קארגע לאנדאנע עשירים 😂

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מוצאי שבת נחמו אין קעמפ קיבוץ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

איך בין שאקירט ווי יעדען פרייטיג דאוונען איך שחרות אין סקווירא שטעטל איך קים אריין א ליכטיגע צורה באקרוינט מיט תפילין

ארי מיר האבן דיר ארי האט זיך אויפגעשטעלט אויף די 2 פיס געגאנגען נאך געלט ארי יא איך האב דיר געזען נאכען זיין אין א קריטקעל קאנדישן

ווער ווייסט צי די תפילין רימיינדער
האט עס געמאכט

❤️❤️

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

כאפט אריין לייגען תפילין אויב איינער האט פארגעסן

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

נחמן נחמו עמי!

שבת שלום שבת נחמו!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

צו זיין אן ערליכער איד דאַרף מען האָבן
א געזונטע נפש

אויב דער חובת הלבבות האָט געזען פֿאַר
וויכטיג צו דערמאנען אַז ס'לוינט זיך צו האָבן
בטחון כדי צו באקומען אַ מנוחת הנפש' לגבי
רוחניות, זען מיר דערפון אַז אויב א איד וויל
קענען האָבן הצלחה אין עבודת ה', דאַרף ער
האָבן אַ געזונטע נפש!
טאמער דער נפש איז פאַרדרייט, ס'שלעפט
אים און ס'ציעט אים מיט אַלע סאָרט חשבונות און
שוועריגקייטן, דעמאָלט חוץ מזה װאָס ער פּײניגט
זיך בגשמיות, קען ער אויך נישט לערנען װי ס'דאַרף
צו זיין, ער קען נישט דאַװענען װי אַן ערליכער
איד, ער קען אודאי נישט זיין אויסגעהאַלטן בין
אדם לחבירו ובין איש לאשתו, און ער קען נישט
מקיים זיין די תרי"ג מצוות געהעריג, װײל בי
יעדע מצוה ווערט גלייך זיין קאָפּ אַזױ פאַרדריט
מיט חשבונות. זיין נפש איז נעבעך קראַנק און ס'שטערט אים פון תורה און תפלה.
אז מ'האָט אַ פיזור הנפש לאָזט דאָס נישט אַז
די אלוקות װאָס איז דא אין יעדע מצוה זאָל זיך
קענען מתאחד זיין מיט'ן מענטש! עס קען נישט
געשען ביי אים קיין תורת ה' תמימה משיבת
נפשי, ווייל ס'וועט אַלעמאָל אַרױסטאַנצן די זאַך
וואָס קוועטשט אים דאָרט טיף אין נפש.

נאָך אַביסל בטחון, נאָך אַביסל אַ
געזונטערע נפש
דערפֿאַר זאָגט אונז חובת הלבבות: זאָלסט וויסן אַז די איינציגע עצה וויאַזױ אַ מענטש זאָל
זיין געזונט בנפשו, כדי ער זאל קענען לערנען
און דאווענען און מקיים זיין מצוות, איז צו ווערן
א 'בעל בטחון'!
דאָס מיינט נישט איינעם וואָס זאָגט: יא איך 'האב שוין געלערנט אביסל חובת
הלבבות, כ'האב שוין עפּעס אָנגערירט די
נושא פון בטחון, ס'איז אַ סימן אַז כ'בין שוין אַ
געזונטער מענטש'...
מירעדט דאָ אַז בטחון האָט אַ פּאָטענציאל און אַ כח אַז וויפיל מער דו װעסט האָרעװען
אויף די מדה פון בטחון, וועסטו זען בחוש ווי
דיין נפש ווערט געזונטער. נאָך אַביסל בטחון,
וועט זיין נאָך אַביסל אביסל געזונט, און נאָך
אביסל קראנקהייט אַראָפּגענומען פון דעם
נפש. דאָס האָט נישט קיין סוף! עס איז אן
אַרבעט פון חדשים מיט יאָרן, און וויפיל מער
מ'גייט אריין דערינען אַלס מער ווערט די נפש
אויסגעהיילט.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

על מי מנוחות ינהלני; די רואיגקייט פון בטחון איז קריטיש וויכטיג פֿאַר אונזעד רוחניות

בטחון ברענגט אַ מנוחת הנפש ורוחב
הלב
מיר האַלטן אַצינד נאָך די צען זאכן וואָס דער
חובת הלבבות האָט אויסגערעכנט אַז דער בעל
בטחון איז מער רואיג און פאַרזיכערט פון דעם
בעל האלכימיה', וועלכער קען איבערדרייען
אַלע סאָרט מאַטעריאַלן צו גאָלד און זילבער.
דער חובת הלבבות האָט געשילדערט די אַלע
מעלות, כדי אונז צו ערקלערן און אַרויסברענגען
ווי שטארק ס'איז די רואיגקייט פון דעם בעל
בטחון, ווי ער שרייבט דאָס לשון אַז א מענטש
וואָס האָט בטחון איז זוכה צו אַ מנוחת הנפש,
ורוחב הלב, ומיעוט דאגה', צען מאָל מער פון
עמיצער וואָס פֿאַרמאָגט די בעסטע סאָרט
פרנסה אויף דער וועלט!

די בענעפיטן פון בטחון סיי ברוחניות און סיי בגשמיות
אויב מ'איז זיך מתבונן אין די ווערטער
פון דעם חובת הלבבות זעט מען, אַז ער האָט
אָנגעהויבן די הקדמה פון דעם שער הבטחון
זאָגנדיג אַז ער גייט אויסרעכענען די געוואלדיגע
תועלת וואָס דער בעל בטחון באַקומט אויף צוויי
באַזונדערע אַספּעקטן; סיי אויף עניני עולם הבא
און סיי אויף עניני עולם הזה.
צום אַלעם ערשטן, איז 'בטחון' זייער וויכטיג
לגבי עניני עולם הבא'. דער בעל בטחון האָט
די כלים צו ריכטיג ערפילן זיין תכלית אויף דער
וועלט, צו קענען דינען השי"ת מיט תורה ועבודה אויסערדעם, זאָגט דער חובת הלבבות,
װעל איך אױסרעכענען אַלע מעלות וואָס דער
בעל בטחון האָט אפילו ביי אַלע ענינים פון
עולם הזה'. דער חוה"ל גיט שפּעטער געבן אַ
גאַנצע ליסטע פון זאַכן וויאַזוי דער בעל בטחון
גייט פשוט מצליח זיין אויף דער גשמיות'דיגער
וועלט, אין צוגאב צו די רואיגקייט וואָס ער
פאַרדינט כדי צו דינען דעם אויבערשטן

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מענטש’לע מענטש’לע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק
וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן
און דו ביזט קוים געקומען דא צו גיין
און יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר
צי דו זעסט אז ס’איז גוט צי דו מיינסט אז ס’איז חלילה צער
ס’איז נישט פאר דיר צו זיין מברר
ואין לך רשות להרהר
מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

יהי''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ירושלים - ביי חרדי'שע אידן איז באוואוסט מאז ומקדם די חומר האיסור פון ארויפגיין אויפן הר הבית בטומאה, וואס אויסער דעם וואס דאס איז התגרות באומות איז דאס אויך אן איסור כרת, עס זענען דא אבער ליידער דא אזעלכע וואס זוכן צו אונטערצינדן די אנגעצויגענע פולווער אין די מיטל מזרח און זענען ר"ל ארויף אויפן הר הבית תשעה באב אינדערפרי,
צווישן די וואס זענען ארויף, זענען געווען די מינסטארן בן גביר און וואסערלאוף פון די עקסטרעם רעכטע עוצמה יהודית פארטיי, און נאך.

זייער שריט איז פארדאמט געווארן דורך אלע אראבישע לענדער אין די מיטל מזרח, און אויך דורך אמעריקע, פראנקרייך, און ענגלאנד, וואס האבן אראפגעריסן בן גביר פארן זיך אויפפירן אזוי אומפארזיכטיג אין אזא אנגעצויגענע צייט.

מיטן ציהל צו בארואיגן די שטארקע אויפברויז איבער די וועלט, האבן רבנים פון אלע קרייזן אין ירושלים היינט ארויסגעשטעלט א ווידעא רעקארדירונג וואס איז איבערגעטייטשט געווארן אויף אראביש, וואס שטעלט קלאר אז על פי תורה איז נישט אויסגעהאלטן צו ארויפגיין אויפן הר הבית, און די וואס גייען ארויף זענען בלויז א קליינע פראצענט פון עקסטרעמיסטן וואס מען ברויך זיך נישט רעכענען מיט זיי.

די רבנים וואס האבן ארויסגעגעבן די פסק זענען, הגאון רבי אביגדור נבנצאל שליט"א דער רב פון אלט שטאט ירושלים, הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א דער געוועזענער רב הראשי, הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי שמואל בצלאל שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף אין אלט שטאט, און הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעמח"ס פסקי תשובות.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

טראמפ באזוכט אין קעמפ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

טייערע עולם האסטע שוין געלייגט תפילין היינט אין אז נישט אויף וואס ווארטסטע די שקיעה איז 7:55

נאכען שקיעה איז א שעלה צי מען מעג לייגען

Читать полностью…
Subscribe to a channel