נאכן ריזן פראטעסט אין ירושלים עיה''ק פארופן דורכן בי''ד הגדול אין ירושלים אין שפיץ פון די מנהיג העדה מרן פאר ופוסק הדור מרא דארעא קדישא כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א, האבן זיך די אלופי אלפי ישראל ארויסגעלאזט בחוצות ירושלים אויסשרייען די וויי געשריי קעגן די גזירות הגיוס
Читать полностью…כ''ק אדמו''ר מקאסוב זצ''ל ביי די עבודת הקודש הושענא רבה ביי די נענועים איינע פון די יארן
Читать полностью…פרשת שלח תשפ"ד וועט געדענקט ווערן אלס איינע פון די שווערע וואכן אין כלל ישראל'ס היסטאריע, עס זענען נפטר געווארן צוויי גאר חשוב'ע מנהיגים רבנים אין בארא פארק, אויך האט מען געהערט גאר שווערע בשורת פון לעיקוואד בארא פארק אין מאנסי.
כל ישראל בעהט אבינו מלכנו בטל מעלינו כל גזרות קשות!
ברוך דיין האמת, חכם שמת הכל כקרוביו.
מיט גרויס צער אין ווייטאג האט כלל ישראל אויפגענומען די ביטערע בשורה מיט די הסתלכות פון כ''ק אדמ"ר מקאסב זצ"ל, וואס איז ליידער דעם ליל שב''ק אום 11:50 אויפדערנאכט נתבקש געווארן לישבה של מעלה, אין יונגן עלטער פון 66 יאר נאכן נישט זיין געזונט א לאנגע צייט.
די מסע הלוי' וועט פארקומען מארגן זונטאג פארמיטאג אין בארא פארק פארענט פון בית מדרשו, דערנאך וועט די מיטה געפירט ווערן קיין מאנסי ווי עס וועט פארקומען א באזונדערע לוי', דער רבי וועט קומען למנוחה אויפן בית החיים אין מאנסי ווי ער וועט קומען לקבורה נעבן די ציון פון זיין פאטער כ''ק אדמו''ר מקאסוב זאליטשיק זצ''ל.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
עדה החרדית אין שפיץ פון פוסק הדור ומרא דארעא קדישא כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א פלאנט א גרויסע פראטעסט קומענדיגע זונטאג קעגן די פרישע גיוס געזעץ
Читать полностью…קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט קאנגרעסמאן מייק לאולער. זענען אויפגענומען יעצט אין שיכון סקווירא, אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי האט שטארק געבעטן פון דער ספיקער אז ער זאל ארויסהעלפן מיט די גזירת החינוך.
דערנאך זענען זיי געווארן אויפגענומען אין די היכל הטישן אין שטעטל, וואו עס האבן אפגעווארט די הונדערטער קינדער און בחורים פון די מוסדות, די קאנגרעסלייט און ספיקער האבן אדרעסירט די פארזאמלטע, און דערנאך געפארן קיין מאנהעטן זיך צו באטייליגן ביי פאנדרעיזינג אוונטן
שווערע טויזענטער שלומי אמוני ישראל מאכן שווארץ די גאסן על פני כיכר זופניק אין ירושלים, ביים ריזן עצרת מחאה פאררופן דורכ'ן בד"צ עדה החרדית ובראשם כ''ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא גאב''ד ירושלים שליט''א, קעגן די גזירות הגיוס אין ארה''ק
Читать полностью…איך ווייס נישט וועלכע עדמין עס האט געשריבן די א גוטע וואך אין געטוישט פראפייל
פארוואס האסטו נישט געפענט די פארמישענס טייערע עולם היימישע קרעמעל גייט ראקען 😋😋
נייע האָנידאו סופערמארקעט אין וואדריטש האַרטע נעבן די ביי-רייט סופערמארקעט וועלכע שטייט שוין דארט לאנגע יארן
Читать полностью…היינט כ’ סיון ווערט אפגעצייכענט 6 יאר זינט דעם היסטארישען מעמד אדיר 'כינוס כללי' וואס האט צוזאמגעברענגט אריבער צוואנציג טויזנט חסידי סאטמאר אינעם גיגאנטישער נעסאו קאליסיום סטאדיום לשמוע את דבר השם ולחזור ולשנן די קלארע שיטה פון הרה''ק בעל דברי יואל מסאטמאר זיע''א, אין שפיץ פון די מנהיגי העדה שר צבא ה' כ”ק אדמו"ר הגה''ק מסאטמאר שליט"א און כ''ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא גאב''ד ירושלים שליט''א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צום כינוס לשם שמים.
Читать полностью…סאכדאס קומט ארויס מיט א עיקול פאר די בעלי בתים owner פון די 'ווייבס סענטער' אין מאנסי
Читать полностью…מ'דארף האלטן חשבון,
זעץ דיך אריין אין א הייסע שוויץ, נעם א האר בלויער זאל דיך אריין בלאזן אין פנים אויף די הייסטע, שטעל דיך אין די בעק פון א עירקאנדישן צו די זייט ווי די הייסע שמיציגע שוויציגע לופט קומט ארויס
נעם אריין און דיין מאל הייסע בריעדיגע קאכעדיגע קוגל בשעת וואס די ווארפט עס פון איין זייט מאל צום צווייטן צוליב די שטארקע היץ,
צינד אן א סיגרעט און נעם דיך רייכערן,
ממש אזוי פילט א סיגרעט היינט אויפן גאס...