hemishee_kremel_channel | Unsorted

Telegram-канал hemishee_kremel_channel - היימישע קרעמעל

1397

קומט אריין און זייט אייך מחי' מיט די פיינע נייעס פאר אינזער טשעטינג גראפ 👇🖇 @Hemishee_kremel

Subscribe to a channel

היימישע קרעמעל

סיירינס יעצט איבער ארץ ישראל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

פאר אלע בחורים: ביטע נישט אויספרובירן און ישיבה😂

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אזוי ווי איך קען נישט יעצט ארויף מאכען
עפעס בעסער שיק איך עס אזוי

היינט נאכט קימט פאר די חתונה פון מיין ידיד
ראובן גרין (שמחה גאנצפריד)

וויל איך דיר ווינטשן א הארציגע מזל טוב
סארי ראובן איך קען נישט קימען
טראץ איך ווין א שפאן אוועק

זאל די באשעפער העלפן די שמחה זאל ברענגען נאך א שמחה ביז א קעגן משיח

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

געזען אויף א טרעילער

איך קענישט ווארטען צי זיין אינדערהיים אויף שבת

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

פארשאפ דיר עטליכע אימלעגאלע אימיגראנטען פון ספרינגפיעלד אהייא... 😂

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

כ''ק אדמו''ר הגה''ק מסאטמאר שליט"א ביים מנחם אבל זיין כ''ק האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א ע''פ פון זייער ברידער/ טאטע ידידו פאר הדור כ"ק אדמו"ר הרה''ק מסקולען זצוק''ל, נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד סקולען אין ב"פ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

משי... יענקי.... יעדער איז דא?🤔
🤣😂🤣

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

א סטראקטשער פייער יעצט אין שכונות ברך משה אין קרית יואל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ווען מ'דארף הענגען לייטס פארן רבין אָן א לייטער

#סקווירא משוגעים

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

האום דיפאו סוכה סענטער איז רעדי

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

‏ווען גייט זיין סקולענ'ע לוי?

איך בין געשטאנען היינט צווישן די טויזנטער אידן אין בארא פארק אויף 14'טע עוו. און 54 סטריט, שווערע אלפים אידן זענען געקומען מלוה זיין דעם צדיק און אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן נפטר, בארא פארק איז פלאקאטירט געווארן מיט פונקטליכע לוי' אנווייזונגען און פלענער, און אלערעליי ארגענעזאציע סימבאלן האבן באצירט די אנווייזונגען.

אלץ איינער וואס האט זיך דארט געשטעלט, און דארט געווארט, און מיטגעהאלטן די גאנצע מעמד טוט מיר וויי צו זאגן, אבער סקולענ'ער רבי האט דערווייל נאכנישט געהאט קיין לוי', אידן אויף 14 ווארטן נאך מעגליך יעצט אז די מיטה זאל אנקומען. איך, האב פארשטאנען אז אונזערע גרויסע קארפן קעפ גייען זיכער פראבירן אויסצושפילן, איך האב געהאלטן א נאנט אויג אויף די אנטוויקלונגען וועלנדיג האבן די מעגליכקייט צו באגלייטן די מטה פאר 4 טריט.

עס טוט מיר זייער וויי צו מעלדן, אבער כרגע האלט מען נאך בעפאר די לוי', עס איז נישט געווען קיינער! אין גם אחד! קיין איינער, וואס האט געקענט באגלייטן די מטה כראוי, די ברודערס האדמורי"ם שליט"א האבן באגלייט מיט 4 גאסן אפגערוקט! ווען אינצווישן איז דא פייער טראקס, אמבולאנסן, סתם קארס, און ווער נישט, די גאסן זענען נישט געווען אפגעשפארט, און צענדליגער אידן וואס זענען געפארן אין זייערע קארס אויף די דעזיגנירטע "נישט" אפגעשפארטע גאסן האבן זיך געטראפן אין צענטער פון א לוי' וואו אנשים נשים וטף האבן באגלייט אויף די סיידוואלק, אן ערבובי שאין כדוגמתו!

ווען די ברודער'ס האדמורי"ם זענען אנגעקומען אויף 11 און 54 איז די מטה געווען ביי 60 מיט קוים עטליכע אידן ארום, אלע מלווים האט מען סוקסעספול אויסגעשפילט – אריין גערעכנט די אדמורי"ם ורבנים, און פון די עטליכע אידן וואס זענען יא אנגעקומען קיין 11 זענען רוב געווען אפגערוקט אפאר גאסן.

ביים צוריק קומען טרעפט מען אידן אויף 53 וואס פרעגן וואו איז די מטה? הונדערטער טעפלעך וואסער אויף 14'טע עוו. וואס זענען אנגעגרייט געווארן פאר די טויזנטער מלווים דורך אידישע קינדער מיט א גוטע הארץ ווארטן נאך יעצט, אלע וואס האבן געפארקט קארס אין געגנט וואו זיי האבן ערווארטעט צו ענדיגן באגלייטן די מטה האבן זיך געטראפן אויסגעשפילט, עלטערע אידן מיט וואלקערס וואס האבן כאטש געוואלט "זען" די מטה אדורכפארן זענען געבליבן אויסגעשפילט, עלטערן מיט קינדער אויף די אקסלען וואס האבן געוואלט ווייזן די מטה פאר זייערע קינדער זענען געבליבן אויסגעשפילט, טויזנטער אידן וואס האבן געווארלט מלוה זיין דעם נפטר זענען געבליבן אויסגעשפילט, און אפילו איך און די פאר וואס האבן יא באגלייט האבן אנשטאט מלוה זיין דעם צדיק מיט א טרער, האב איך מיר געטראפן אין א בהלה ווי די ערשטע טאג אין קעמפ צווישן פייפערייען, געשרייען, סירענעס, און באסעס.

איך וויל אייך זאגן איין זאך, איר האט טאקע אויסגעשפילט בארא פארק, איר האט אויסגעשפילט כלל ישראל, איר האט אויסגעשפילט די טויזנטע חסידים ומעריצים, איר האט אויסגעשפילט טאטעס, איר האט אויסגעשפילט זיידעס, איר האט אויסגעשפילט קינדער, איר האט אויסגעשפילט בחורים, יעדעם אויסגעשפילט, און איבער אלעם האט איר אויסגעשפילט דעם צדיק זצ"ל, ער האט דערווייל קיין לוי' נישט געהאט!

נישט דאס מיינט כבוד המת, נישט דאס מיינט כבוד החי, נישט דאס מיינט א לוי', עס איז העכסט צייט זיך אויסצולערנען וויאזוי מען מאכט א לוי' "מיט" די מלווים! איר האט א פראבלעם מיט די בחורים וואס גייען זיך צושטופן? איר האט זיי סייווי געהאט!!! זיי קענט איר נישט אויסשפילן! זיי קריכן איבער און אונטער אלע באריקאדן! אויסשפילן קענט איר נאר די טויזנטער אידן וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון.

איך ווייס נישט וועלכע קאליר וועסטעלעך מיט וועלכע אויפשריפטן האבן דא אנגעפירט, עס אינטערעסירט מיר נישט, לא עליכם תלונותי, איך בעט איין זאך! מאכט'ס א לוי'! איך וויל קענען מלוה זיין! נישט נאר איך, נאר טויזנטער אידן! אויב די איינציגסטע מהלך וואס איר קענט אויסטרעפן איז אויסצושפילן דעם ציבור און דערמיט מבטל זיין די לוי' ביטע נעמט נישט די דשאב!

און צו אלע וואס גייען פרעגן וואס מען האט "יא" געקענט טון, איך קען אייך זאגן מיינע מחשבות, אבער פארוואס אריין געשלעפט ווערן אין ענדלאזע וויכוחים? איין זאך קענט איר אלע מודה זיין, אז איבערמאכן די זעלבע טעותים פון פאריגע מאל, איינמאל און נאכאמאל, "דאס" איז זיכער נישט ווירקזאם, און איז א רעצעפט פאר דיזעסטער!

איר קענט ברענגען ראיות פון אלע אנדערע לוויות וואו מען האט אויסגעשפילט דעם ציבור, איז כאטש "אויך" געווען א ציבור וואס האט "יא" געקענט מלוה זיין, עס איז כאטש געווען א לוי', היינט איז קיין לוי' נישט געווען.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

הצדיק אבד לדורו אב''ד

אונזער הויט שינדן
מיר זענען געבינדן
אין קייטן

רעקלעך צעריסן
קומען צו פליסן
פון אלע זייטן

טרערעלעך שפאנען
ווען מ'טוט דערמאנען
די גוטע צייטן

אזויפיל נאסע אויגן
אויף קעפ געבויגן
איינער נעבן צווייטן

פון הארץ רינט בלוט
ווען מיטן צדיק מ'טוט
אוועקרייטן

דעם צדיק נאך זען
צי וועט דאס געשען
א חלום א ווייטן

אוי טאטעניו ווען
דער רבי פון סקולען
צוריק באגלייטן?

ת.נ.צ.ב.ה.


קרעדיט: אייוועלט

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אוי מי יתן תמורתו😭😭

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ויהי בנסוע הארון😭😭

ווער גלייבט זיך דער הייליגער סקולענער רבי זצוק''ל איז מער נישטא 😢😢

טויזענטער אידן ביי די לוי' אין בארא פארק נישט קענענדיג זיך געזעגענען פונעם אבוהן ולבן של ישראל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מעמד הבדלה נעכטן מוצאי שבת שופטים אין די לב טהור קולט געמיידע

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אקעי, קינדער! מאמי איז יעצט אנגעקומען אהיים..!!😂

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די שווערע עקאנאמישע צייטן זעהט זיך אן אין וויליאמסבורג, געשעפטן לאזן מער נישט אויפשרייבן אן קיין קרעדיט קארד, נאכדעם וואס די געשעפטן אייגענטומער דערציילן אז מענטשן שרייבן אויף היסטארישע ציפערן וואס זיי קענען נישט באצאלן.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

פראכטפולע נייע סאטמארע בית המדרש אין רעמסען אין מאנסי וואס עפענט זיך די וואך

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ניקאלשבורגער רבי ביים זאגן קדיש ביי די סעפטעמבער עלעווען מעמאריעל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט"א ביים מנחם אבל זיין כ''ק האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א ע''פ פון זייער ברידער/ טאטע פאר הדור כ"ק אדמו"ר הרה''ק מסקולען זצוק''ל, היינט נאכמיטאג אין ביהמ"ד סקולען אין ב"פ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

באבוב'ער רבי שליט"א ביים טאנצן מצווה טאנץ נעכטן נאכט פאר אן אייניקל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

פרעזידענט טראמפ'ס מאכטפולע קלאוזינג סטעיטמענט.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מאכט גיט נאך יונתן שוואַרץ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די בענקלעך אין א שמיס ווי זענען די מאמעס

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קהל סאטמאר וויליאמסבורג מהרז"ל האט נארוואס אנאנסירט די דראמאטישע נייעס אז דאס יאר כ"א כסלו וועט פארקומען די יערליכע סעודה אינעם גיגאנטישע בארקלעיס סענטער סטעידיום אין ברוקלין.
עס איז ערווארטעט צוזאמען צוברענגען אסאך סאטמאר מהרז''ל חסידים אונטער איין דאַך!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מען האלט שוין נאכן לוי', די גולל איז שוין נסתם, די עולם איז זיך צװישן צוגעגאנגען, דער אין ביהמ''ד כאפן מנחה, און דער בלייבט שמועסן מיט א חבר וועם ער האט געטראפן, און? און גארנישט, דאס איז עס די וועלט בלייבט אן הרה''ק סקולענער רבי זצ''ל! גענדיגט עס איז נישט דא, יא ס'איז ליידער א ווייטאגליכע און פיינפולע פאקט, נישט דא מער סקולענער רבי וועם מ'קען גיין פרעגן א שאלה און זיין רוהיג אז מ'האט געפרעגט א גוטע איד, נישט דא מער דער סקולענער רבי ווי יעדע סארט איד נישט קיין חילוק וועלכע סארט קרייז ער איז, געפינט א פלאץ ביי אים, און פילט אים אין הארץ.

אך, ווי נעמט מען דעי אתה אתה ה' וואס האט געהאט אזא חן ווען דער רבי זצ''ל האט דאס פארגעזינגן? ווי נעמט מען די ליבליכע שמייכל וואס דער רבי האט געגעבן פאר א צווייטע איד?

שוין וואס קען מען זאגן, לאמיר האפן אז פון הימל וועט ער אינזינען האבן די ערשיטערטע כלל ישראל און אויספועל'ן פאר אונז א כתיבה וחתימה טובה, און לאמיר האפן אז די פראסק איז שוין געווען דאס לעצטע און כלל ישראל זאל כאפן וואס מ'וויל דא פון הימל און פארעכטן דארט ווי מ'דארף.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

הצדיק אבד

די הארץ רייסענדע הספידים ביי די לוי' אין ביהמ''ד סקולען.

די בכיות איז געווען עפעס וואס מ'זעהט נישט אין ערגעץ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אלופי אלפי ישראל ביים באגלייטן דעם צדיק הדור יעצט אין בארא פארק

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

דרכי בארא פארק אבילות

טויזענטער אידן געבן אפ דעם כבוד האחרון פארן פאר הדור הרה''ק מסקולען זצוק''ל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

שווערע טויזנטער מאכן שוין שווארץ די גאסן פון בארא פארק ביים מסע לוי' פון אדמו"ר הרה''ק מסקולען זצ"ל וועלכע קומט פאר יעצט ביי די סקולענער בית המדרש און די ארומיגע גאסן אין בארא פארק.

רבבות ישראל זענען ערווארטעט זיך צו באטייליגן ביי די לוי' אין מאנסי וואס וועט פארקומען שפעטער נאכמיטאג.

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו

Читать полностью…
Subscribe to a channel