hemishee_kremel_channel | Unsorted

Telegram-канал hemishee_kremel_channel - היימישע קרעמעל

1397

קומט אריין און זייט אייך מחי' מיט די פיינע נייעס פאר אינזער טשעטינג גראפ 👇🖇 @Hemishee_kremel

Subscribe to a channel

היימישע קרעמעל

א הארציגער אינטערוויו מיט הרה"ח ר' ישראל משה שפיצער שליט"א, מעיאר פון שיכון סקווירא אין וועלכן ער רעדט זיך אויס פון הארץ צום ציבור אז מען זאל ח"ו נישט באגיין דעם טעות פון אויסהערן די בייזע צינגער וועלכע פאר פארטייאישע אינטערעסן זוכן זיי אונטערצוברענגען די קאנדידאטור פון הר"ר בנציון ווידער פאר'ן אסעמבלי: די יחידים וועלכע פירן די שמוציגע מערכה זענען עתיד ליתן את הדין! ר' בנציון איז א ווארעמער און געטרייער שתדלן וואס האט אזויפיל געטאן פאר יחידים און פאר'ן רבים במשך פון אזויפיל יארן און יעצט ווען ער האט אזא גוטע געלעגנהייט צו אנקומען קיין אלבאני קומען מענטשן מיט שמאלע אינטערעסן און ווילן אונטערברענגען זיין קאנדידאטור.

ר' ישראל משה ערקלערט אז די אינדארסירונג פון אלע גרויסע קהילות פאר עליידזשע מעלניק איז נישט געקומען פון איין מינוט אויף דער אנדערער, נאר נאך וואכן פון מיטינגען מיט די דעמאקראטישע פירערשאפט אין אלבאני ביי וועלכע מען האט אויפגעטאן און אויסגע'פועל'ט גאר גרויסע זאכן.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

תושבי מאנסי וואוט פאר אהרן בנציון ווידער!!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

נייע טראמפ סינגעל ערשינען פאר די ראלי אין מאנסי

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

וואוינסט אין מאנסי און דו ביזט מסופק פאר וועם צו וואוטן?

געב דיר אז דערמאן ווער דער אנטיסעמיט ביל וועבער איז!!
וויאזוי קען א היימישע איד וואוטן פאר אזא וויסטער אפענע שונא ישראל??

יהדות מאנסי וואוט פאר מעלניק!!
און פאר טראמפ, לאולער, ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

בראשור אלעס ארום די יעצטיגע וואלן אין קרית יואל ארויסגעגעבן דורכ'ן מאכטפולע 'קרית יואל בלאוק וואוט'

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

הבדלה נעכטן אין מאראקא דורך אדמו''ר רבי משה מויאל שליט''א ביים ציון פון ר' דוד ומשה זי"ע אינעם טאג פון יארצייט

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די לאקאלע רעפובליקאנער פארטיי פירט א שמוציגער און גרויליגע קאמפיין קעגן היימישע אינגערלייט און עסקנים וואס העלפן ארויס די דעמעקראטן אין ראמאפא, וואס נעמט אריין סיי עליידזשע מעלניק, און סיי ר׳ בנציון ווידער.

זיי פארשפרייטן העסליכע אטאקעס און סטראשונגען קעגן יחידים.
זיי פליקן און וואנדעליזירן קאמפיין מאטריאל.
זיי פארשפרייטן ליגענטס אויף עסקנים כדאי זיי צו באשמיצן.
און נאך פולע אוממענטשליכע און אומדערהערטע אקטיוויטעטן.

אלעס וואס זיי טוהן, זאגן זיי איז אין די נאמען פון די תורה צוליב דעם וואס זיי האלטן אז א איד טאר נישט שטימען פאר א דעמעקראט.

אזעלכע מענטשן זענען שעדליך פאר די שטאט, און שעדליך פאר די געמיינדע. זיי מיינען נישט די תורה, און טובן אלעס אויף די אייגענע האנט.

יהדות מאנסי איז מוחה! אזעלכע קאמפיינען פארעקלען דעם ציבור פון בכלל ארויסקומען שטימען, און עס מוז זאפארט אפגעשטעלט ווערן.

ספעציעל ווען אלע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן דא לאקאל, זענען די זעלבע ווי די דעמעקראט ווען עס קומט צו חוקי תועבה, און זיי שטיצן רוב תועבה בילס, און קומען כסדר ארויס אין שטיצע פון די נידרעטרעכטיגע און עקעלדיגע פארשוינען.

דאס וואס זיי פירן א קאמפיין קעגן די דעמעקראטישע פארטיי, מיינען זיי בלויז כבוד און מאכט, און דאס מוז זיך אפשטעלן.

מען דארף זיין זייער קלאר אז אלע אפיציעלע עסקנים און מוסדות התורה אינדארסירן די דעמעקראט אויסער אין די קאנגרעס זיץ ווי יעדער אינדארסירט מייק לאולער.

https://chat.whatsapp.com/JVi2M7NVtkd635RR325G8X


יהדות מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק און ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מאכטפולע אינדארסמענט פון שיכון סקווירא פאר פרעזידענט טראמפ און פאר די לאקאלע קאנדידאטן לאולער - מעלניק - ווידער!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

וואל קאמיטע דשיכון סקווירא מיט א וויכטיגע הסברה פארוואס דאסמאל אינדארסירן זיי מעלניק טראצדעם וואס וועבער איז אן איקאמבענט.

זייער הסברה איז זייער קלאר אז כדאי צו האבן טובות פון די הויכע פענסטער אין אלבאני מוזן מיר שטימען פאר די פארטיי פון די גאווערמענט, און אין ניו יארק איז עס די דעמעקראטישע פארטיי.

מענטשן וואס שטימען בלינדערהייט פאר די רעפובליקאנער פארטיי אין ניו יארק סטעיט טוהן א שלעכטע זאך פאר זיך, פאר זיינע ברודער, פאר זיין קהילה, און פאר זיינע קינדער.

די מוסדות התורה דארפן אנקומען יעדן טאג צו טובות פון די דעמעקראטישע פאליטיקאנטן, מען קען דאס נישט טוישן, און אויב מיט אונזער אייגענע האנט שטופן מיר זיי אוועק, איז עס א פראבלעם וואס אונז אלע וועלן זיך מוטשענען דערמיט.

געדענק: די אינגערמאן אויף וואטס עפפ וואס שרייט צו דיר אז מען טאר נישט וואוטען פאר א דעמעקראט, גייט דיר פאקטיש נישט העלפן ווען דו האסט א פראבלעם מיט שטאטישע באאמטע, און אוודאי גייט ער נישט העלפן די מוסדות התורה באקומען די וויכטיגע שטאטישע פראגראמען.

שטים נישט מיט דיין געפילן. שטים מיט שכל. אויב די גרעסטע קהילות און עסקנים זענען ארויסגעקומען אינדארסירן מעלניק, ווייסן זיי אז דאס איז בעסער פאר די שטאט.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון בארא פארק מיט א קריטיש וויכטיגע מעסעדזש פאר תושבי מאנסי


תושבי מאנסי פאר אהרן בנציון ווידער!!! פאר מאנסי און פאר גאנץ כלל ישראל אין ניו יארק!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

אפילו דו וואוטס יא פאר פאלטיק..
סטעיט אסעמבלי האט 150 מעמבער'ס
102 דעמאקראטן, רעפובליקאנער האבן נישט קיין מציאות דאס איבערצונעמען!!

תושבי מאנסי פאר העסקן הגדול ר' אהרן בנציון ווידער!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קרית יואל פאראייניגט מיט א פעסטקייט פארן אוהב ישראל פעט רייען!!

האלט דאס פאר דיין אויגן

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אין קרית יואל האט אנ''ש די מעכטיגע 'קרית יואל בלאוק וואוט' צוגעשטעלט א עקסטערע וואוטוג פלאץ פאר די ישיבה אויף בארדיטשוב

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

תושבי מאנסי פאר אהרן בנציון ווידער!!!
בשם השם נעשה ונצליח!!


מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אלע קהילות עסקנים אין מאנסי פאראייניגט למענינו ולמען בנינו!!

יהדות מאנסי פאר טראמפ, לאולער, ווידער און מעלניק!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

JEWS FOR TRUMP!!!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין: אלע חרדי'שע אסעמבלילייט ווארטן בכליון עינים אז ר' בנציון ווידער זאל אנקומען קיין אלבאני, ווייל איינמאל ער געווינט וועט ער מיטברענגען קיין אלבאני זיינע יארן ערפארונג אין שתדלנות און עסקנות און זיי אריינלייגן אין קראפט צו קעמפן פאר'ן גאנצן יהדות החרדית. זייט נישט קיין צועקים לשעבר. אזא געלעגנהייט וועט נישט אונטערקומען נאכאמאל!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.

טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.

פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.

מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.

מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מעגא "Jews for Trump" ראלי היינט אין מאנסי מיט די באטיילונגען פון קאנגרעסמאן מייק לאולער


(איינער וואס איז דארט זאגט מיר ער האלט מען דארף צוריק מאכן זונטאג פאר א ארבייט'ס טאג..)

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

וויכטיגע בקשה פון מצילי אש דקרית יואל און פון אלע עסקנים!!

מיר ווילן אייך ווייטער ראטעווען, מיר דארפן אייער הילף.

"דזשעימס סקופיס" האט אונז לעצטע יאר דעליווערט א נייעם פייער לייטער טראק. דאס האט אונז שוין געהאלפן ראטעווען צענדליגער דירות מיט רבבות אידישע נכסים, און אפילו נפשות וואס זענען געווען אין א סכנה ל"ע.

אונז דארף מיר אים מכיר טובה זיין אויף ביז אהער, און נאך וויכטיגער איז, אונז דארף מיר נאך הילף.

אונז דארפן הילף פאר טראקס, פאר פרישע עקוויפמענט, אא"וו.

אבער, אויב וועט אונזער סטעיט פארשטייער זיין אין די מינאריטי פארטיי, קענען מיר כמעט גארנישט באקומען.

סקופיס איז אין די מעדזשאריטי פארטיי, ער האט געארבעט פאר אונז, און דעליווערט.

ער קען ווייטער ארבעטן פאר אונז, און אי"ה ווייטער דעליווערן.

אונז מוזן אים מכיר טובה זיין, און אויך, אונז מוזן אים ווייטער האבן.

און אז מיר שרייבן וועגן סעיפטי, די עסקני הקרי' האבן שוין ברייט געמאלדן אז סקופיס פון די סענאט, און עיקוס פון די אסעמבלי, האבן לעצטנס דעליווערט איבער 10 מיליאן דאלאר פאר די סעיפטי אויף אונזערע ראודס, דאס נעמט אריין צולייגן לעינס, מאכן וויכטיגע רויט לייטס, איבערמאכן גאנץ פארעסט ראוד, וואס דאס אלעס איז זייער וויכטיג פאר די סעיפטי פון די דרייווער און די פיס גייער.

סקופיס פארשפרעכט יעצט ווייטער צו לינדערן די בעיקרעטאון טרעפיק, ער וועט אי"ה ברענגען גרענטס פאר א נייע ראוד פונעם סטעיט פאליס ראוד ביז דעעש. עטליכע מיליאן דאלאר דערפון האט ער שוין פאקטיש דעליווערט.
דאס גייט אי"ה מאכן אסאך מער פארזיכערט די ראודס וואס האבן אזא אנגעלייגטע פארקער בליעה"ר.

בילדער סקופיס ביים מרא דאתרא כ''ק אדמו''ר הגה''ק מסאטמאר שליט''א, ביים באנייען די נייע לייטער טראק לעצטע יאר וואס איז צושטאנד געקומען דורך זיינע געלטער וואס ער האט געברענגט, און האט שוין געהאלפן ראטעווען אויף צענדליגער קאלס, ביים באזוכן דעעש ראוד וואו ער וועט ברענגען מיליאנען צו פארזיכערן די סעיפטי פון די אריינגאנג צו קרית יואל

און צום לעצט א בילד פונעם פארמאכטע רוזין-רעיוואד ראוד דורכן אנטעסימיט דארי האול!

*

פון די אנדערע זייט מוז געזאגט ווערן אונזער זארג אויב די פיינטליכע דארי האול קומט ח"ו אריין אויף זיין פלאץ.

האול וואס איז יעצט אויפ'ן מאנרא טאון באורד, איז א פיינט פאר אידן און פאר קרית יואל, זי שטערט אונזער סעיפטי.

זי וואוט צו עפענען קאורט קלאגעס קעגן יעדע פלאן צו פארזיכערן די ראודס.

זי האט יעצט געשטימט צו עפנען א קאורט קלאגע קעגן איבערמאכן און פארזיכערן די אנגעלייגטע פארעסט ראוד.

זי שטערט די KJ טראנזיט פון פארן אויף מאנרא גאסן.

זי האט פארמאכט די רוזין-רעיוואד ראוד, וואס איז פאר אונז אזוי וויכטיג.

דארי האול האט נישט געטוישט איר שנאה, זי שעצט אפן די מהלך פון "יונייטעד מאנרא", און זי טוט אלעס קעגן אונזער סעיפטי.

עס איז א גרויסע סכנה אויב זי קומט ח"ו אריין.


עס איז קלאר אז סקופיס מיינט "פאקטישע הילף"

דארי האולל מיינט "פאקטישע צרות" ח"ו
יא, מיר אלע ווייסן וועגן דעם סקופיס פון אמאל וד"ל, אבער מיר רעדן יעצט פון די לעצטע 4 יאר, וואס ער העלפט און דעליווערט ב"ה. דארי האול גייט ווייטער אין אירע אלטע וועגן.


רבינו שליט''א אלע עסקנים און אלע קהלות צוגלייך בעטן די זעלבע, און מיר בעטן אייך אויך: יעדע שטימע איז וויכטיג, יעדע שטימע איז הכרת הטוב, סקופיס מוז עס באקומען און אונז ווייטער דעליווערן.
טוט עס פאר אייער סעיפטי, טוט עס פאר אייער טובה, מאכט זיכער אז סקופיס זעט אונזער הכרת הטוב כדי ער זאל ווייטער אויפטון פאר אונז! מאכט זיכער אז סקופיס און עיקוס קומען אריין שטארק.

אונז טארן נישט פארלירן אזא סענאטאר וואס דעליווערט, און אויפטוישן מיט א אנטיסעמיטקע וואס שטערט, ח"ו.

ביטע ביטע, גייט ארויס שטימען דינסטאג.

שטימט פאר סעיפטי, פאר סקופיס און פאר עיקוס.

איר טוט דערמיט א טובה פאר אייך אליינס.


היימישע קרעמל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

טויזענטער תושבי קרית יואל פאראייניגט ארויסצוקומען אין די טויזענטער פאר די אינדאסטריע קאנדידאטן דורכן מאכטפולע 'קרית יואל בלאוק וואוט'

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ביל וועבער איז יארן לאנג געווען קעגן די יהדות מאנסי, און ווי ער האט געקענט האט ער אונטערגעשטעלט פיסלעך צו צושטערן די וואוקס פון די יהדות החרדית.

ווען עס איז געקומען צו די פארשפרייטונג אין עירמאנט ווען אידן האבן זיך אריינגעצויגן דארט האט ביל וועבער געפירט א העפטיגע מערכה מיט די ווילידזש נישט צו לאזן בראוקערס ארויס לייגן די הייזער צו פארקויפן פאר אידן.

שפעטער ווען עס איז געקומען צו די לאקאלע בתי מדרשים איז ביל וועבער געווען א הויפט קעמפער ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט זיך שלאגן מיט די היימישע אידן אין עירמאנט, און זיך באטייליגט ביי פאבליק הירינגס צו אפשטעלן די וואוקס.

ווען איר שטימט פאר ביל וועבער זאלט איר געדענקן, אז אויסער וואס איר שטימט פאר איינעם וואס קען אייך גארנישט דעליווערן, און האט אייך גארנישט דעליווערט, שטימט איר פאר איינעם וואס איז יארן לאנג געווען אין א מערכה דיר צו אפשטעלן, און ער האט נאך קיינמאל נישט איבערגעבעטן.



מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק, ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אינטערעסאנטע קרישקעלע:

נאך וואס די מאנסי געמיינדע האט אנגעהויבן צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון שטימען דעמעקראט, און אז א רעפובליקאנער פאליטיקאנט קען גארנישט אויפטוהן אין ניו יארק האט די אפיס פון די סענעטער ביל וועבער אנגעהויבן זאגן פאר די עולם אז ביל וועבער האט פלענער פון טוישן זיין פארטיי צו דעמעקראט.

אויב איז דאס ריכטיג וועט עס זיין א גאר אינטערסאנטע אנטוויקלונג נאכדעם וואס די עיקר קאמפיין וואס די וועבער אפיס פירט איז אז מען טאר נישט שטימען פאר דעמעקראטן. זיי ווייסן אליינס אז זיי קענען נישט ווייזן פאר די ציבור קיין שום זאך וואס וועבער האט געברענגט פאר מאנסי, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען אפקויפן מענטשן איז אויב פארשפרייט מען אז מען טאר נישט שטימען פאר׳ן דעמעקראט.

למעשה זעהנדיג אז רוב עולם האט שוין א פראבלעם דערמיט, און פארשטייען נאכ׳ן הערן פון אלע עסקנים אין שטאט אז א רעפובליקאנער סענעטער אין ניו יארק איז א טיטל אן א מיטל, האט די אפיס אנגעהויבן ענטפערן פאר די ציבור אז די סענעטער פלאנט צו טוישן זיין פארטיי.

דאס וועט זיין א קלאפ פאר אלע ווילדע רעפובליקאנער וואס קאמפיינען פאר וועבער בלינדערהייט בלויז ווייל ער איז א רעפובליקאנער, און נישט צוליב זיין רעקערד.


יהדות מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק און ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

תושבי לינדען - דער גרעסטער בליענדער נייע יושב - קומען ארויס און א פאראייניגטע בלאק וואוט צו אפגעבן די שטימע פאר די אינדאסירטע קאנדידאטן

היינט זונטאג לך לך איז די לעצטע טאג פאר EARLY VOTING 🗳️
קומט ארויס אין די מאסן אויף נאוועמבער 5th אפצוגעבן אייער שטימע!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אינטערוויו: תושבי מאנסי קומען ארויס צו די שטום בודקעס שטיצן העסקן ר' בנציון ווידער וועלכער לויפט פאר סטעיט אסעמבלי אין די מאנסי אומגעגענט: העסקן הרב בנציון ווידער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/115914

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קאנגרעסמאן מייק לאולער מיט א מעסעדזש צו די אייוועלט זיצערס

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קרית יואל פאראייניגט מיט א פעסטקייט!!

מיר קענען בשום אופן נישט צו לאזן אריינצוברענגן דעם אנטיסעמיט האלל!!! מיר האבן געניג געהאט פון די אנטיסעמיטישע יוניידט מאנרא גרופע.

תושבי קרית יואל פאראייניגט פאר סקאופס!! יא פאר אונז למענינו ולמען בנינו!!!



האלט דאס פאר דיין אויגן

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קהילות סאטמאר מהרח''י מאנסי טיט אויך אינדארסירן די זעלבע קאנדידאטן - אזוי ווי אלע עסקנים און קהילות ווי סאטמאר מהר''א, סקווירא, וויזניץ, פאפא, באבוב, צאנז קלויזענבורג און נאך

יהדות מאנסי וואוט פאר מעלניק!!
און פאר טראמפ, לאולער, ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

דער אייבערשטער האט א גוטע און בעסטע פלאן פאר אונז!!!

לב מלכים ושרים ביד ה'!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

#קרית יואל פאר טראמפ

קרעדיט בעל הטעלעגראם

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

תושבי מאנסי פאראייניגט מיר קענען אים נישט אריינברענגן!!


יהדות מאנסי פאר טראמפ, לאולער, ווידער און מעלניק!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…
Subscribe to a channel