hemishee_kremel_channel | Unsorted

Telegram-канал hemishee_kremel_channel - היימישע קרעמעל

1397

קומט אריין און זייט אייך מחי' מיט די פיינע נייעס פאר אינזער טשעטינג גראפ 👇🖇 @Hemishee_kremel

Subscribe to a channel

היימישע קרעמעל

*די גרעסטע עסקני העיר זענען מיט א פאראייניגונג ארויס מיט א רוף צו שטיצן די אינדארסירטע קאנדידאטן.*

טייערע אידן, איצט האט איר א געלעגענהייט צו שטימען פאר קאנדידאטן וואס וועט זיין א טובה פאר די יהדות החרדית אין מאנסי.

איצט האט איר א געלעגענהייט צו ווייזן שטיצע פאר די גרעסטע עסקני העיר, וואס האבן געהאלפן אסאך מער ווי 1,500 קעיסעס די יאר.

איצט האט איר די געלעגענהייט צו ארויסהעלפן דיין מוסד התורה וואס לעכצט פאר שטאטישע הילף.

לאמיר זיך נישט נער׳ן.

היינט איז איין טאג בעפאר די גרויסע וואלן, אין צוויי טעג ארום וועט זיין איין טאג נאך די וואלן. איינמאל די וואלן זענען פארטיג, איז נישטא קיין שום גרופעס און קיין שום אקטיוויסטן וואס פארפירן איבער פאליטישע פארטייען. די אלע מענטשן וואס זענען איצט פארנומען שרייען אז מען מוז שטימען "אלל די וועי" פאר די רעפובליקאנער טיקעט זענען נישטא צום געפונען איין טאג נאך די וואלן. (קלארשטעלונג: מיר מיינען אויסדרוקלעך די לאקאלע רעפובליקאנער אפיסעס, נישט פון די קאנגרעסמאן)

די אפיס פון די איצטיגע סטעיט סענעטער קען ווייטער גיין אויף וואקאציע, און די נאמען דזשאן מעקגאוואן וועט פארגעסן ווערן שנעלער ווי עס איז באקאנט געווארן.

עס איז אבער דא געטרייע עסקנים וואס שלאפן נישט ביינאכט, און ארבעטן פאר די כלל רונדע דעם זייגער און האבן אפיסעס וואס זענען אפען צו באדינען דעם ציבור מיט אלע שטאטישע איינגעלענהייטן, און די עסקנים מוזן האבן די שטיצע פון די דעמעקראטישע פארטיי.

זיי זענען די וואס זענען פארבינדן מיט אלבאני טאג איין טאג אויס און האלטן צוריק שווערע גזירות וואס געוויסע העסליכע גרופעס פארפירן אז מען מוז איינשטעלן.

עס גייט קומען עטליכע חדשים נאך די וואלן, איר גייט שוין לאנג פארגעסן אז עס איז אמאל געווען וואלן, אבער די עסקן וועט בלויטיגן אויב מאנסי שטעכט אים א מעסער און גייט אריינוועלן א רעפובליקאנער סענעטער בלויז צו זיך פילן גוט אז אונז שטימען רעפובליקען.

לאמיר נישט דארפן חרטה האבן שפעטער. לאמיר איצט אויספאלגן די הוראה פון רוב רבנים אין שטאט און אריינוועלן די פאלגענדע אינדארסירטע קאנדידאטן.

מייק לאולער פאר קאנגרעס
עליידזשע מעלניק פאר סענאט
ר' בנציון ווידער פאר אסעמבלי

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

*גענוג מיט דעם פרעכן און רשעות'דיגן ליגן!* הרה"ח ר' בנציון ווידער שליט"א גייט נישט צו די פאראדעס פון די תועבה'ניקעס וועלכע דערצערנען דעם רבוש"ע. *ביל וועבער* און *דזשאן מעקגאווען* גייען יא אהין. דער שקר און בלאף פון די פארטייאישע אקטיוויסטן איז צערינען ווי א זייפן-בלאז. ס'האלטן אין איין אפירקומען בילדער וועלכע ווייזן אז ביל וועבער און דזשאן מעקגאווען שטיצן תועבה און דרייען זיך ארום ביי תועבה פאראדעס.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

יהדות מאנסי פאראייניגט פאר ווידער!!
און פאר טראמפ, לאולער, מעלניק!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

*ביזט א רעפבוליקאנער צוליב דיי הויגכע טעקסעס? א ליגענט.*

די רעפובליקאנער פארטיי אין ראקלענד קען און וועט גארנישט טוהן צו נידערן אייער טעקסעס אדער פארבעסערן די איסט ראמאפא סקול דיסטריקט, דאס איז חוץ די פאקט וואס די טעקסעס איז געהעכערט געווארן אונטער רעפוליקאנער פירערשאפט דא לאקאל, אבער ליידער האבן זיי נישט קיין שום כח אין אלבאני.

נישט נאר דאס, נאר אונזער רעפובליקאנער אסעמבלימאן איז ארויס אין פולע שטיצע פון די טעקס העכערונג עטליכע מאל, און אזוי אויך האט ער באשולדיגט די היימישע אידן פון די סקול בארד פאר אלע פראבלעמען.

ווי ווייטאגליך איז עס אז די זעלבע מענטשן וואס פארפירן קעגן עליידזשע מעלניק אז ער איז שולדיג אין די טעקס העכערונג, זענען די זעלבע וואס קאמפיינען אז מען מוז אריינוועלן דזשאן מעקגאווען פאר אסעמבלימאן טראצדעם וואס ער איז אין שטיצע פון די טעקס העכערונג.

נאר די סיבה איז זייער קלאר. זיי מיינען נישט די טעקסעס, און זיי מיינען נישט די איסט ראמאפא מאניטער.

זיי האבן איין ציל, צו איבערדרייען ניו יארק צו רויט, א זאך וואס איז אוממעגליך און כלל ישראל דארף ליידן צוליב זיי.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

יהדות מאנסי פאר ווידער!!
און פאר טראמפ, לאולער, מעלניק!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

א צווייטער טורנהיים קומט אריין מיט רמזים לטובת טראמפ אפווארפנדיג די שרעקליכע ווערטער פונעם אנדערן טורנהיים

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די אחדות אין מאנסי ברענט ווי קיינמאל בעפאר!

די גרעסטע קהילות און שטאט צוזאמען מיט פולע מוסדות התורה זענען ארויסגעקומען אין פולע שטיצע פאר די דריי קאנדידאטן וואס זענען דא פאר די טובת הכלל.

מייק לאולער פאר קאנגעס.
עליידזשע מעלניק פאר סענאט
בנציון ווידער פאר אסעמבלי.

א פרישע אינדארסירונג איז נארוואס פארעפענטליכט געווארן פון מוסדות וויען מאנסי

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

עפל ווארפן טיש ביי צאנז קלויזנבורגער רבי פארגאנגענע נעילת החג

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין: אלע חרדי'שע אסעמבלילייט ווארטן בכליון עינים אז ר' בנציון ווידער זאל אנקומען קיין אלבאני, ווייל איינמאל ער געווינט וועט ער מיטברענגען קיין אלבאני זיינע יארן ערפארונג אין שתדלנות און עסקנות און זיי אריינלייגן אין קראפט צו קעמפן פאר'ן גאנצן יהדות החרדית. זייט נישט קיין צועקים לשעבר. אזא געלעגנהייט וועט נישט אונטערקומען נאכאמאל!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.

טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.

פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.

מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.

מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מעגא "Jews for Trump" ראלי היינט אין מאנסי מיט די באטיילונגען פון קאנגרעסמאן מייק לאולער


(איינער וואס איז דארט זאגט מיר ער האלט מען דארף צוריק מאכן זונטאג פאר א ארבייט'ס טאג..)

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

וויכטיגע בקשה פון מצילי אש דקרית יואל און פון אלע עסקנים!!

מיר ווילן אייך ווייטער ראטעווען, מיר דארפן אייער הילף.

"דזשעימס סקופיס" האט אונז לעצטע יאר דעליווערט א נייעם פייער לייטער טראק. דאס האט אונז שוין געהאלפן ראטעווען צענדליגער דירות מיט רבבות אידישע נכסים, און אפילו נפשות וואס זענען געווען אין א סכנה ל"ע.

אונז דארף מיר אים מכיר טובה זיין אויף ביז אהער, און נאך וויכטיגער איז, אונז דארף מיר נאך הילף.

אונז דארפן הילף פאר טראקס, פאר פרישע עקוויפמענט, אא"וו.

אבער, אויב וועט אונזער סטעיט פארשטייער זיין אין די מינאריטי פארטיי, קענען מיר כמעט גארנישט באקומען.

סקופיס איז אין די מעדזשאריטי פארטיי, ער האט געארבעט פאר אונז, און דעליווערט.

ער קען ווייטער ארבעטן פאר אונז, און אי"ה ווייטער דעליווערן.

אונז מוזן אים מכיר טובה זיין, און אויך, אונז מוזן אים ווייטער האבן.

און אז מיר שרייבן וועגן סעיפטי, די עסקני הקרי' האבן שוין ברייט געמאלדן אז סקופיס פון די סענאט, און עיקוס פון די אסעמבלי, האבן לעצטנס דעליווערט איבער 10 מיליאן דאלאר פאר די סעיפטי אויף אונזערע ראודס, דאס נעמט אריין צולייגן לעינס, מאכן וויכטיגע רויט לייטס, איבערמאכן גאנץ פארעסט ראוד, וואס דאס אלעס איז זייער וויכטיג פאר די סעיפטי פון די דרייווער און די פיס גייער.

סקופיס פארשפרעכט יעצט ווייטער צו לינדערן די בעיקרעטאון טרעפיק, ער וועט אי"ה ברענגען גרענטס פאר א נייע ראוד פונעם סטעיט פאליס ראוד ביז דעעש. עטליכע מיליאן דאלאר דערפון האט ער שוין פאקטיש דעליווערט.
דאס גייט אי"ה מאכן אסאך מער פארזיכערט די ראודס וואס האבן אזא אנגעלייגטע פארקער בליעה"ר.

בילדער סקופיס ביים מרא דאתרא כ''ק אדמו''ר הגה''ק מסאטמאר שליט''א, ביים באנייען די נייע לייטער טראק לעצטע יאר וואס איז צושטאנד געקומען דורך זיינע געלטער וואס ער האט געברענגט, און האט שוין געהאלפן ראטעווען אויף צענדליגער קאלס, ביים באזוכן דעעש ראוד וואו ער וועט ברענגען מיליאנען צו פארזיכערן די סעיפטי פון די אריינגאנג צו קרית יואל

און צום לעצט א בילד פונעם פארמאכטע רוזין-רעיוואד ראוד דורכן אנטעסימיט דארי האול!

*

פון די אנדערע זייט מוז געזאגט ווערן אונזער זארג אויב די פיינטליכע דארי האול קומט ח"ו אריין אויף זיין פלאץ.

האול וואס איז יעצט אויפ'ן מאנרא טאון באורד, איז א פיינט פאר אידן און פאר קרית יואל, זי שטערט אונזער סעיפטי.

זי וואוט צו עפענען קאורט קלאגעס קעגן יעדע פלאן צו פארזיכערן די ראודס.

זי האט יעצט געשטימט צו עפנען א קאורט קלאגע קעגן איבערמאכן און פארזיכערן די אנגעלייגטע פארעסט ראוד.

זי שטערט די KJ טראנזיט פון פארן אויף מאנרא גאסן.

זי האט פארמאכט די רוזין-רעיוואד ראוד, וואס איז פאר אונז אזוי וויכטיג.

דארי האול האט נישט געטוישט איר שנאה, זי שעצט אפן די מהלך פון "יונייטעד מאנרא", און זי טוט אלעס קעגן אונזער סעיפטי.

עס איז א גרויסע סכנה אויב זי קומט ח"ו אריין.


עס איז קלאר אז סקופיס מיינט "פאקטישע הילף"

דארי האולל מיינט "פאקטישע צרות" ח"ו
יא, מיר אלע ווייסן וועגן דעם סקופיס פון אמאל וד"ל, אבער מיר רעדן יעצט פון די לעצטע 4 יאר, וואס ער העלפט און דעליווערט ב"ה. דארי האול גייט ווייטער אין אירע אלטע וועגן.


רבינו שליט''א אלע עסקנים און אלע קהלות צוגלייך בעטן די זעלבע, און מיר בעטן אייך אויך: יעדע שטימע איז וויכטיג, יעדע שטימע איז הכרת הטוב, סקופיס מוז עס באקומען און אונז ווייטער דעליווערן.
טוט עס פאר אייער סעיפטי, טוט עס פאר אייער טובה, מאכט זיכער אז סקופיס זעט אונזער הכרת הטוב כדי ער זאל ווייטער אויפטון פאר אונז! מאכט זיכער אז סקופיס און עיקוס קומען אריין שטארק.

אונז טארן נישט פארלירן אזא סענאטאר וואס דעליווערט, און אויפטוישן מיט א אנטיסעמיטקע וואס שטערט, ח"ו.

ביטע ביטע, גייט ארויס שטימען דינסטאג.

שטימט פאר סעיפטי, פאר סקופיס און פאר עיקוס.

איר טוט דערמיט א טובה פאר אייך אליינס.


היימישע קרעמל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

טויזענטער תושבי קרית יואל פאראייניגט ארויסצוקומען אין די טויזענטער פאר די אינדאסטריע קאנדידאטן דורכן מאכטפולע 'קרית יואל בלאוק וואוט'

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ביל וועבער איז יארן לאנג געווען קעגן די יהדות מאנסי, און ווי ער האט געקענט האט ער אונטערגעשטעלט פיסלעך צו צושטערן די וואוקס פון די יהדות החרדית.

ווען עס איז געקומען צו די פארשפרייטונג אין עירמאנט ווען אידן האבן זיך אריינגעצויגן דארט האט ביל וועבער געפירט א העפטיגע מערכה מיט די ווילידזש נישט צו לאזן בראוקערס ארויס לייגן די הייזער צו פארקויפן פאר אידן.

שפעטער ווען עס איז געקומען צו די לאקאלע בתי מדרשים איז ביל וועבער געווען א הויפט קעמפער ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט זיך שלאגן מיט די היימישע אידן אין עירמאנט, און זיך באטייליגט ביי פאבליק הירינגס צו אפשטעלן די וואוקס.

ווען איר שטימט פאר ביל וועבער זאלט איר געדענקן, אז אויסער וואס איר שטימט פאר איינעם וואס קען אייך גארנישט דעליווערן, און האט אייך גארנישט דעליווערט, שטימט איר פאר איינעם וואס איז יארן לאנג געווען אין א מערכה דיר צו אפשטעלן, און ער האט נאך קיינמאל נישט איבערגעבעטן.



מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק, ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אינטערעסאנטע קרישקעלע:

נאך וואס די מאנסי געמיינדע האט אנגעהויבן צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון שטימען דעמעקראט, און אז א רעפובליקאנער פאליטיקאנט קען גארנישט אויפטוהן אין ניו יארק האט די אפיס פון די סענעטער ביל וועבער אנגעהויבן זאגן פאר די עולם אז ביל וועבער האט פלענער פון טוישן זיין פארטיי צו דעמעקראט.

אויב איז דאס ריכטיג וועט עס זיין א גאר אינטערסאנטע אנטוויקלונג נאכדעם וואס די עיקר קאמפיין וואס די וועבער אפיס פירט איז אז מען טאר נישט שטימען פאר דעמעקראטן. זיי ווייסן אליינס אז זיי קענען נישט ווייזן פאר די ציבור קיין שום זאך וואס וועבער האט געברענגט פאר מאנסי, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען אפקויפן מענטשן איז אויב פארשפרייט מען אז מען טאר נישט שטימען פאר׳ן דעמעקראט.

למעשה זעהנדיג אז רוב עולם האט שוין א פראבלעם דערמיט, און פארשטייען נאכ׳ן הערן פון אלע עסקנים אין שטאט אז א רעפובליקאנער סענעטער אין ניו יארק איז א טיטל אן א מיטל, האט די אפיס אנגעהויבן ענטפערן פאר די ציבור אז די סענעטער פלאנט צו טוישן זיין פארטיי.

דאס וועט זיין א קלאפ פאר אלע ווילדע רעפובליקאנער וואס קאמפיינען פאר וועבער בלינדערהייט בלויז ווייל ער איז א רעפובליקאנער, און נישט צוליב זיין רעקערד.


יהדות מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק און ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

*דעת תורה*

פולע גדולי התורה זענען אלע יארן ארויסגעקומען מיט זייער קלארע מיינונג אז ווען עס קומט צו וואלן איז די תורה׳דיגע בליק צו שטימען פאר די פארטיי וואס פירט די גאווערמענט.

אזוי זעהט מען אויך היינט אז די גרעסערע גדולי הרבנים שליט״א אין ניו יארק וועלן אייביג שטיצן די דעמעקראטישע פארטיי, צוליב דעם וואס זיי פירן די גאווערמענט אין ניו יארק סטעיט.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

נישטא קיין איין פאליטיקאנט אין די ראקלענד קאונטי היסטאריע וואס האט זיך אזוי שטארק ארויסגעשטעלט קעגן אידישקייט אזויווי ביל וועבער.

ביל וועבער איז יארן לאנג געווען א וויסטער אקטיוויסט קעגן יהדות מאנסי, אויף אזוי ווייט אז אין 2014 האט ער אינאיינעם מיט די טרויריג באקאנטע "פרעזערוו ראמאפא" ארגאניזאציע אנגעפירט א רעפערענדום קאמפיין צו טוישן די מהלך פון וואלן אין ראמאפא.

זיי האבן געהאט איין ציל. צוברעכן די אחדות פון מאנסי און אפשוואכן אונזער פאראייניגטע וואל כח.

ווען יהדות מאנסי האט זיך צאמגענומען און מיט א פאראייניגונג אנגעפירט א מאסיווע וואל קאמפיין צו צושטערן די שונאים האט ביל וועבער פערזענליך ארומגעשיקט אימעילס צו די פרעזערוו ראמאפא געמיינדע אז מען זאל שטורעמען די היימישע וואלן טעלעפאון ליניעס און אזוי שטערן די היימישע אידן פון ארויסקומען שטימען.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אט די זעלבע פארשוין וואס האט דעמעלטס מלחמה געהאלטן מיט יהדות מאנסי, ווערט היינט אויסגעלויבט ווי א העלד, טראצדעם וואס מאנסי האט נישט געהאט קיין שום טובות פון אים די לעצטע צוויי יאר.

און מיר בעטן אז ביל וועבער זאל ארויסקומען איבערבעטן כלל ישראל פאר אלע צרות וואס מיר האבן געליטן פון אים אלע יארן.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

יהדות מאנסי פאראייניגט פאר מעלניק!!
און פאר טראמפ, לאולער, ווידער!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אלפי תושבי קרית יואל פאראייניגט צו העלפן דעם רבי'ן שליט''א קאמפן קעגן דעם גזירות החינוך!!

תושבי קרית יואל וועלן ארויסקומען אין די מאסן און אריינוועלן 'סקאפוס'
מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן דעם געטרייער שליח פון רבי'ן אין סענאט!
מיר קענען זיך נישט ערלויבן אריינצוברענגן זיין קעגנער דער שונא הדת האולל וואס אטאקירט אונז העסליך ביז יעצט!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

איחוד הקהילות והמוסדות מאנסי מיט אן אחדות'דיגע ריף ארויסצוקומען שטימען אין די מאסן פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן!.

מאנסי האט יעצט פארשלאסענע טויערן אין אלבאני! די עסקנים זענען געבינדן! מיר דארפן האבן א פארטרעטער!

יהדות מאנסי פאר מעלניק!!
און פאר טראמפ, לאולער, ווידער!!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

איינע פון די טורנהיימ'ס מיט זיינע דמיונות אינעם מאמענט פארוואס העריס גייט עס מאכן

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קהילות בעלזא מאנסי פאראייניגט זיך מיט רוב קהילות און אלע עסקנים אין מאנסי און אינדארסירן די זעלבע קאנדידאטן!!
למענינו ולמען בנינו!!

די אינדארסירונג פון בעלזא קומט נאך א רייע אינדארסירונגונג פון די גרעסערע קהילות ווי סאטמאר מהר''א, סאטמאר מהרח''י, סקווירא, באבוב, פאפא, וויזניץ, צאנז קלויזענבורג און נאך.

יהדות מאנסי פאר מעלניק!!
און פאר טראמפ, לאולער, ווידער!!


מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

א הארציגער אינטערוויו מיט הרה"ח ר' ישראל משה שפיצער שליט"א, מעיאר פון שיכון סקווירא אין וועלכן ער רעדט זיך אויס פון הארץ צום ציבור אז מען זאל ח"ו נישט באגיין דעם טעות פון אויסהערן די בייזע צינגער וועלכע פאר פארטייאישע אינטערעסן זוכן זיי אונטערצוברענגען די קאנדידאטור פון הר"ר בנציון ווידער פאר'ן אסעמבלי: די יחידים וועלכע פירן די שמוציגע מערכה זענען עתיד ליתן את הדין! ר' בנציון איז א ווארעמער און געטרייער שתדלן וואס האט אזויפיל געטאן פאר יחידים און פאר'ן רבים במשך פון אזויפיל יארן און יעצט ווען ער האט אזא גוטע געלעגנהייט צו אנקומען קיין אלבאני קומען מענטשן מיט שמאלע אינטערעסן און ווילן אונטערברענגען זיין קאנדידאטור.

ר' ישראל משה ערקלערט אז די אינדארסירונג פון אלע גרויסע קהילות פאר עליידזשע מעלניק איז נישט געקומען פון איין מינוט אויף דער אנדערער, נאר נאך וואכן פון מיטינגען מיט די דעמאקראטישע פירערשאפט אין אלבאני ביי וועלכע מען האט אויפגעטאן און אויסגע'פועל'ט גאר גרויסע זאכן.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

תושבי מאנסי וואוט פאר אהרן בנציון ווידער!!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

נייע טראמפ סינגעל ערשינען פאר די ראלי אין מאנסי

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

וואוינסט אין מאנסי און דו ביזט מסופק פאר וועם צו וואוטן?

געב דיר אז דערמאן ווער דער אנטיסעמיט ביל וועבער איז!!
וויאזוי קען א היימישע איד וואוטן פאר אזא וויסטער אפענע שונא ישראל??

יהדות מאנסי וואוט פאר מעלניק!!
און פאר טראמפ, לאולער, ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

בראשור אלעס ארום די יעצטיגע וואלן אין קרית יואל ארויסגעגעבן דורכ'ן מאכטפולע 'קרית יואל בלאוק וואוט'

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

הבדלה נעכטן אין מאראקא דורך אדמו''ר רבי משה מויאל שליט''א ביים ציון פון ר' דוד ומשה זי"ע אינעם טאג פון יארצייט

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די לאקאלע רעפובליקאנער פארטיי פירט א שמוציגער און גרויליגע קאמפיין קעגן היימישע אינגערלייט און עסקנים וואס העלפן ארויס די דעמעקראטן אין ראמאפא, וואס נעמט אריין סיי עליידזשע מעלניק, און סיי ר׳ בנציון ווידער.

זיי פארשפרייטן העסליכע אטאקעס און סטראשונגען קעגן יחידים.
זיי פליקן און וואנדעליזירן קאמפיין מאטריאל.
זיי פארשפרייטן ליגענטס אויף עסקנים כדאי זיי צו באשמיצן.
און נאך פולע אוממענטשליכע און אומדערהערטע אקטיוויטעטן.

אלעס וואס זיי טוהן, זאגן זיי איז אין די נאמען פון די תורה צוליב דעם וואס זיי האלטן אז א איד טאר נישט שטימען פאר א דעמעקראט.

אזעלכע מענטשן זענען שעדליך פאר די שטאט, און שעדליך פאר די געמיינדע. זיי מיינען נישט די תורה, און טובן אלעס אויף די אייגענע האנט.

יהדות מאנסי איז מוחה! אזעלכע קאמפיינען פארעקלען דעם ציבור פון בכלל ארויסקומען שטימען, און עס מוז זאפארט אפגעשטעלט ווערן.

ספעציעל ווען אלע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן דא לאקאל, זענען די זעלבע ווי די דעמעקראט ווען עס קומט צו חוקי תועבה, און זיי שטיצן רוב תועבה בילס, און קומען כסדר ארויס אין שטיצע פון די נידרעטרעכטיגע און עקעלדיגע פארשוינען.

דאס וואס זיי פירן א קאמפיין קעגן די דעמעקראטישע פארטיי, מיינען זיי בלויז כבוד און מאכט, און דאס מוז זיך אפשטעלן.

מען דארף זיין זייער קלאר אז אלע אפיציעלע עסקנים און מוסדות התורה אינדארסירן די דעמעקראט אויסער אין די קאנגרעס זיץ ווי יעדער אינדארסירט מייק לאולער.

https://chat.whatsapp.com/JVi2M7NVtkd635RR325G8X


יהדות מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק און ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מאכטפולע אינדארסמענט פון שיכון סקווירא פאר פרעזידענט טראמפ און פאר די לאקאלע קאנדידאטן לאולער - מעלניק - ווידער!

Читать полностью…
Subscribe to a channel