דאָס איז ממש פלא'דיגע ווערטער: ביי אַ
געווענליכע מענטש אויב ער דאַרף האָבן אַ כפרה
אויף עפּעס א פגם ברענגט ער אַ חטאת אָדער
אן עולה, ווידעראום ביי משה רבינו, ווען ס'איז געווען אַ קליינע פגם, לפי מדרגתו, האָט אים דער
אויבערשטער אויך געבעטן קרבן. דער קרבן איז
געווען אַז נישט בלויז זאל ער מוותר זיין פֿאַר זיין
ברודער, נאָר ער זאל עס טון מרצונו הטוב, וואָס
דאָס איז אַסאַך חשוב'ער ווי אַ פּשוט'ע קרבן, ווי
דער אור החיים הק' זאָגט דאָס לשון: "אין לך קרבן
גדול מזה"!
טון די שווערע פעולה מיט אַן אייגענע
ווילן
דער אור החיים הק' זאָגט ווייטער אַז דאָס זאָגט
דער פסוק: "הקרב את אהרן" - זאָלסט דערנענטערן
אהרן פאר אַ כהן גדול אנשטאט דיר, און זאָלסט עס
טון כאילו אתה חפץ בו', זאָלסט עס טון מיט אַזאַ
צוגאַנג און מיט אַזאַ געפיל ממש כאילו דו ווילסט אַז
אהרן זאָל זיין דער כהן!
דאָס איז ממש העכער פון די מענטשליכע
כוחות. ווען אַ מענטש זעט אַז ער פארלירט זיין
גאַנצע עתיד וואָס ער וואָלט געקענט האָבן, קען
דאָס אַזוי שטאַרק וויי טון. סיי ווען מען קוקט אויף
דעם עתיד וואָס מען האָט פֿאַרלוירן און סיי ווען
קוקט אויף דעם עבר, מען קען זיין פארנומען זיך
באשולדיגן: פֿאַרװאָס האָב זיך פֿאַרפּאַטשקעט?!
פאַרװאָס בין איך נישט געגאנגען גלייך ווען השי"ת
האָט געהייסן?! פֿאַרװאָס האָב איך דאָס געטון?!
אפילו אויב מען ברעכט זיך און מען איז
טאַקע מקיים דעם רצון ה' אָבער דאָ בעט דער
אויבערשטער אַסאַך אַ טיפערע מדריגה; דער
אויבערשטער זאָגט: "איך בעט דיך אַז דו זאלסט
עס טון מיט אַזאַ געפיל כאילו דו האסט עס ליב! און
כאילו דאָס איז דיין גרעסטע רצון"!
די כהונה פאר אהרן איז געווען אַן עונש
פאר משה רבינו
די וואך, פרשת תצוה, זאָגט דער אויבערשטער
פאר משה רבינו: "וְאַתָּה הַקְרֵב אֵלֶיךָ אֶת אַהֲרֹן אָחִיךָ
וְאֶת בָּנָיו אִתּוֹ מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְכַהֲנוֹ לִי אַהֲרֹן נָדָב
וַאֲבִיהוּא אֶלְעָזָר וְאִיתָמָר בְּנֵי אַהֲרֹן".
משה רבינו זאל
נעמען אהרן הכהן מיט זיינע קינדער און ער זאָל זיי
צוגרייטן צו די עבודה פון דער כהונה וואָס זיי האָבן
באַקומען אַלס אַ מתנה
ז ז
דער אור החיים הק' אויף דעם פּסוק ברענגט פון
חז"ל אז באמת האָט משה רבינו געדארפט באַקומען
די כהונה, נאָר ער האָט דאָס פֿאַרלוירן, וויבאלד ער
האָט זיך צוערשט אָפּגעזאָגט פון גיין אַרויסנעמען
די אידן פון מצרים, ווען דער אויבערשטער האָט
אים געהייסן גיין.
משה רבינו האָט קודם נישט געוואָלט אָננעמען
די שליחות און ער האָט זיך צוריקגעהאַלטן זאָגנדיג:
"כבד פה וכבד לשון אנכי". דעריבער איז כביכול
געווען אַ טענה אויף משה רבינו, לפי גדול ערכו.
דערפאַר האָט מען אים צוגענומען די כהונה און
דאָס געגעבן פֿאַר זיין ברודער אהרן. ווי דער פסוק
זאָגט אין פּרשת שמות: "הלא אהרן אחיך הלוי", אַז
ביז דעמאָלט איז אהרן געווען אַ לוי, אָבער צוליב
דעם װאָס משה רבינו איז נישט געגאנגען בפקודת
הקב"ה, האָט ער פֿאַרלוירן די כהונה און אהרן איז
געוואָרן דער כהן
מה זה
די כהונה פאר אהרן איז געווען אַן עונש
פאר משה רבינו
די וואך, פרשת תצוה, זאָגט דער אויבערשטער
פאר משה רבינו: "וְאַתָּה הַקְרֵב אֵלֶיךָ אֶת אַהֲרֹן אָחִיךָ
וְאֶת בָּנָיו אִתּוֹ מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְכַהֲנוֹ לִי אַהֲרֹן נָדָב
וַאֲבִיהוּא אֶלְעָזָר וְאִיתָמָר בְּנֵי אַהֲרֹן".
משה רבינו זאל
נעמען אהרן הכהן מיט זיינע קינדער און ער זאָל זיי
צוגרייטן צו די עבודה פון דער כהונה וואָס זיי האָבן
באַקומען אַלס אַ מתנה
ז ז
דער אור החיים הק' אויף דעם פּסוק ברענגט פון
חז"ל אז באמת האָט משה רבינו געדארפט באַקומען
די כהונה, נאָר ער האָט דאָס פֿאַרלוירן, וויבאלד ער
האָט זיך צוערשט אָפּגעזאָגט פון גיין אַרויסנעמען
די אידן פון מצרים, ווען דער אויבערשטער האָט
אים געהייסן גיין.
משה רבינו האָט קודם נישט געוואָלט אָננעמען
די שליחות און ער האָט זיך צוריקגעהאַלטן זאָגנדיג:
"כבד פה וכבד לשון אנכי". דעריבער איז כביכול
געווען אַ טענה אויף משה רבינו, לפי גדול ערכו.
דערפאַר האָט מען אים צוגענומען די כהונה און
דאָס געגעבן פֿאַר זיין ברודער אהרן. ווי דער פסוק
זאָגט אין פּרשת שמות: "הלא אהרן אחיך הלוי", אַז
ביז דעמאָלט איז אהרן געווען אַ לוי, אָבער צוליב
דעם װאָס משה רבינו איז נישט געגאנגען בפקודת
הקב"ה, האָט ער פֿאַרלוירן די כהונה און אהרן איז
געוואָרן דער כהן
מעיאר עדעמס מיט א שארפע ווארענונג פאר אימיגראנטן:
"אויב וועט איר ווייטער אטאקירן פאליציי אפיצירן, וועט עטס אלע ווערן אראפגעשטאפלט צו 4-סטאר האטעלן"
🤣🤣🤣
פאר מיר גייען צים נעקסטען סאבדזשעק אין אמונה אין בטחון
מיין היילגע רבי הרב ר' שמעון שפיצער שלט"א
געט די שיער וואס איך שרייב דא
ער בעט אז אויב איינער האט קוועשענס זאל איבערפרעגן אין ער וועט עס מסביר זיין בכבוד רב
אידישע נייעס | תיכף ווען סאיז אנגעקומען צו מרן אדמו"ר מוויזניץ די ידיעה איבער די פטירה פונעם שוועסטער הרבנית מסקווירא ע"ה האט זיך די רבי פארבינדן טעלעפאניש מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, ווי די צוויי ברודער האבן זיך אינאיינעם מחזק געווען אין ליכט פון די ביטערע בשורה, אזוי אויך האבן די רבי'ס ארום געשמועסט איבער ווען ס'איז די מנהג צו רייסן קריעה.
/channel/Deevochahblick
טבע פון די מציאות העולם!
אידישע קינדער האָבן זוכה געווען אַז דער
רבוש"ע האָט אונז מגלה געווען וויאזוי מיר זאָלן
דאָס טון בשלימות, וויאזוי מיר זאָלן דאווענען
ריכטיג, און ער איז אַלעמאָל מקבל אונזערע
תפלות, אויך ווען מיר האָבן שוין ליידער נישט
דעם בית המקדש, ווי דער פסוק זאָגט אין פרשת
ואתחנן: "כי מי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו
כה' אלקינו בכל קראינו אליו". דאָס הייסט אַז די
גרעסטע מתנה װאָס אידן האָבן באַקומען איז אַז
סיי ווען מיר דאווענען, סיי וויאזוי מיר דאווענען,
ווערט אַלעמאָל אָנגענומען אונזערע תפלות!
אפילו ווען מיר שפּירן נישט די גרויסע כח פון
תפלה איז אָבער דער רבוש"ע נישט מבזה די
תפלות פון אידישע קינדער קיינמאָל!
די גאַנצע ”מסכת תענית" איז נישט קיין מסכת
פון תעניתים, ס'איז אַ מסכת װאָס פארציילט אונז
דעם סוד פון דער בריאה. וויאזוי אַרבעט עס אויף
דער וועלט צו באַקומען גשמים?! ענטפערט די
גמרא: דורך מתפלל זיין!
אַזוי זאָגן מיר אויך יעדן טאָג אין דער פּרשה
פון "והיה אם שמוע". וויאזוי מאַכט מען אַז ס'זאל
קומען גוטע רעגן מיט השפעות טובות?! דורכדעם
וואָס אידן זענען מקושר צום בורא וועט עס געשען
אַז דער אויבערשטער וועט שיקן אַלעס גוטס! דאָס
איז וויאזוי די בריאה איז אויסגעשטעלט אפילו
בדרך הטבע!
אַז מען האט בטחון האָט מען נישט קיין
מחלת לב
מען האט שוין געלערנט אין די פריערדיגע
שיעורים װאָס שלמה המלך ע"ה זאָגט אין משלי (יג,
יב): "תוחלת ממושכה מחלה לב", אַ מענטש וואָס
ווארט אויף עפּעס און ס'קומט נישט אָן ווערט ער
זייער צעברעכן. דאָס איז ווייל ער ווייסט נישט
בטחון האָט נישט קיין שייכות מיט
סומכין על הנסי
דער כלל פון "אין סומכין על הנס" איז געזאָגט
געוואָרן כלפי אַ מענטש וואָס טוט נישט זיין
אויפגאבע, ער פאָלגט נישט זיין תפקיד וואָס ער
דאַרף טון, ווייל ער פֿאַרלאָזט זיך אויף אַ נס, דאָס
איז טאַקע נישט אויסגעהאַלטן.
אָבער דאָס מיינט אודאי נישט אַ איד וואָס טוט
וואָס מ'דארף און ער גלייבט און לעבט מיט דער
אמונה אַז דאָס געלט קומט נישט פון זיין השתדלות.
ער האָט נישט קיין מהלך צו מסביר זיין וויאזוי דער
רבוש"ע גייט אים שיקן זיין געלט, אָבער ער איז
זיכער אַז דער אויבערשטער גייט אים העלפן!
ער האָט נישט קיין מושג וויאזוי אָבער ער ווייסט
קלאָר אַז זיין געלט קומט בלויז פון השי"ת!
דאָס האָט נישט קיין שייכות מיט דעם ענין פון
"סומכין על הנס". אדרבה, דער רבוש"ע וויל אַז אַ
איד זאָל לעבן אַזאַ סאָרט וועג און זיין אויסגעטון
פון אַלע מהלכים פון טבע! והא ראיי אַז דאָס איז
דער רצון ה', ווייל מ'זעט דאָך אַז דער אויבערשטער
האָט געמאַכט אַז ביי די ענינים פון "בני חיי ומזוני",
זאָל מען גאָרנישט קענען טון צו ברענגען תוצאות!
ס'איז נישטא קיין שום וועג וויאזוי צו געהאלפן
ווערן מיט די זאַכן, ווייל ער וויל מיר זאָלן וויסן אַז
ס'איז תלוי אין די הענט פון הקב”ה.
די מתנה וואָס אידן האָבן באַקומען; מיר
ווייסן דעם סוד
אָט דער יסוד איז אַזאַ וויכטיגע ידיעה אין לעבן,
אז אפילו ווען להבדיל אַ גוי וואָלט דאָס געוואוסט
וואָלט ער אויך געהאַט אַ לעבן פון הצלחה! אַזוי
האָט דאָך דער רבוש"ע באַשאַפן די גאַנצע עולם
הגשמי, אַז די תוצאות קומען נאר פון אים אַליין!
ווען אַ גוי וואָלט זיך געוואנדן צום רבוש"ע,
אודאי וואָלט ער געהאַט אַסאַך מער הצלחה. ס'איז
דאך נישטא קיין שום אַנדערע וועג ווי תפלה! אויב
איינער וואָלט אויסגעזאָגט דעם סוד פאר אַ גוי
וואָלט דער גוי זיכער געהאַט אַ בעסערע לעבן -
אפשר איז עס 'לא תחנם' אַז מ'גיט פאר אַ גוי אַזאַ
גרויסע מתנה...
אָבער טאַקע וויבאלד דער אויבערשטער האָט
אַזוי מורא'דיג ליב געהאַט כלל ישראל האָט ער אונז
פארציילט דעם סוד! ער האָט אונז מגלה געווען
וויאזוי די בריאה אַרבעט, אַז תוצאות קען מען
בלויז באַקומען דורך תפלה און בטחון, ווייל ער
האָט געוואָלט אַז מיר זאָלן האָבן אַ גליקליך לעבן!
א אידישע תפלה טוישט די טבע,
אַלעמאָל און איבעראל
באמת, ווען דאָס בית המקדש איז געשטאנען
בזמן הבית, זענען די גוים טאַקע געקומען אין בית
המקדש מקריב זיין קרבנות. זיי האָבן געהאַט אַ
געוויסע שייכות לפי ערכם. זיי האָבן געקענט
קומען רעדן צום רבוש"ע און זיי האָבן טאַקע
געהאַט הצלחה, ווי די תפלה פון שלמה המלך ביים
חנוכת הבית המקדש (מלכים א, ח). ווייל דער גוי איז
דאך אויך אַ נברא, און ווען דער נברא ווענדט זיך
צום בורא, באַקומט ער תוצאות. אַזוי אַרבעט די
אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל תתייאש מן הרחמים!!! נעמט א תהילים'על. תפלת ישראל העלפט אייביג!!!
Читать полностью…דראמאטישע ווידעא פארעפענטליכט דורך די ימ”מ איינהייט פון די געוואגטע אקציע אין רפיח וואס האט געפירט צום באפרייאונג פון די 2 משכונות דעם זונטאג נאכט.
Читать полностью…געב איבער די כהונה מיט אַ געפיל
זאָגט דער אור החיים הק' אז יעצט, אין פרשת
תצוה, ווען מען גייט מאַכן פאַר'ן כהן שיינע בגדי
כהונה. מ'גייט אים זאלבן מיט דעם שמן המשחה. איןדאָך עס געווען אַ צייט וואָס ס'האט דאָס מערסטע
וויי געטון פאר משה רבינו. ער האָט געזען וויאזוי
מען גיט אַוועק דעם גאנצן זכות פון די עבודה אין
בית המקדש פאר זיין ברודער, ער פארלירט די
גאַנצע קרבת אלקים פון דער עבודה און מען גרייט
אַלעס אָן פאר אהרן.
דערפאַר האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט:
איך וויל נישט אַז דו זאָלסט עס טון בלויז ווייל איך
באפעל דיך. זאָלסט עס נישט מיט אַ צוגאַנג פוןװאָס קען איך טון? אַז דער אויבערשטער האָט אזוי
געהייסן דאַרף מען מקיים זיין דעם רצון השם"...
נאר עס זאל זיין "ואתה" - דו אַליינס זאָלסט עס
וועלן טון! אפילו ס'קומט דיך אן אַזױ שװער זאָלסטו
טון מיט אַ רצון גם אתה, מצד עצמך'!
איך האב היינט גרעדט צי מייַן רבי
רבי שמעון ער זאגט די וואך וועל איך דיר געבען אפאר שיינע שטיקלעך און אורח חיים
אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן איבער אז מייקראסאפט גרייט זיך ארויס צו געבען אדער א פאון אדער א software פאר א פאון
Читать полностью…אינטערעסאנט אז זיי האבן געשמועסט ווען צו רייסן קריעה, ווייל איינער האט שוין געריסן עטליכע שעה צוריק, און איינער גייט רייסן מארגן. באלד 24 שעה א חילוק
Читать полностью…א זיס לעכטיג שב"ק און א זיס לעכטיג תמיד פאר אונז און פאר גאנץ כלל ישראל.
נאר גוטע פרייליכע בשורות זאלן מיר הערן. השפעות חסדים ורחמים עלינו ועל כל ישראל
דעם סוד פון דער בריאה, ער פּרובירט צו באַקומען
זיין הנאה פון אַנדערע פּלעצער, דערפאַר ווערט
ער פאַרווייטאָגט און קראַנק דערפון.
אָבער א איד וואָס ווייסט דעם סוד וויאזוי
"בני חיי ומזוני" קומען אַראָפּ, אַזאַ איד לערנט זיך
אויס וויאזוי צו דאווענען און וויאזוי צו זיין נאנט
צום בורא און ער שפּירט דערפון אַ געוואלדיגע
חיות. ווען ער רעדט צום בורא וועט ער שוין נישט
האָבן קיין תוחלת ממושכה', ווייל ער האָט זיך
אויסגעלערנט וויאזוי די וועלט אַרבעט.
דער בעל בטחון ווייסט ביי זיך קלאָר אַז
ס'איז בכלל נישט מוכרח אַז ווייל ער אַרבעט מיט
שטריימלעך וועט ער באַקומען זיין געלט פון
שטריימלעך, דער רבוש"ע קען אים שיקן דאָס געלט
אויך פון אַנדערע פלעצער. אויב ער זעט אַז דער
אויבערשטער וויל אים פירן אויף אַ צווייטע פּלאַץ
שפירט ער זיך בכלל נישט צוגעבינדן דוקא צו די
שטריימל ביזנעס. ער דאַרף בלויז טון זיין השתדלות
און דער אויבערשטער וועט אים שוין שיקן זיין געלט,
אָדער פון דעם פּלאַץ אָדער פון אַ צווייטע פּלאַץ.
די תכלית הנברא; מכיר זיין דעם בורא
די סיבה פאַרװאָס דער אויבערשטער האָט
טאַקע אַזוי געמאַכט אַז אַסאַך מאָל טוט מען
השתדלות דאָ און מען באַקומט די געלט פון דאָרט
איז טאַקע דערפאַר ווייל דער רבוש"ע וויל נישט אַז
דו זאָלסט זיך בוטח זיין בדרכי הטבע! דער רבוש"ע
וויל דיך ראַטעווען! ער וויל דו זאָלסט געדענקן אַז
די דריי מפתחות' האָט ער איבערגעלאָזט ביי אים
און נאָר ער טיילט פרנסה!
דער איד וואָס פרעגט אַז מיטאָר נישט זיין קיין
בוטח על הנס, קען מען באַרואיגן אַז דאָס איז בכלל
נישט קיין נס! דאָס איז די פשוט'ע סדר וויאזוי דער
רבוש"ע האָט באַשאַפן די בריאה, אַז ווען מען איז
מתפלל ווערט מען געהאלפן! גשמים מיט פּרנסה
ליגט אין זיינע הענט. דאָס איז די מציאות וויאזוי
זאַכן אַרבעטן.
ווילאַנג מען כאַפּט דאָס נישט איז מען טאַקע
צעברעכן, אָבער איינמאָל מען אַנערקענט דעם
פשוט'ן פאַקט הייבט מען אן לעבן אַ געשמאקע
לעבן.
פאַרשטייט זיך אַז אויב מען ווייסט נישט וויאזוי
צו דאווענען, מען מיינט אַז דאָווענען איז עפעס
אַ שפּיל אַז דאָס וואָס איך האָב מחליט געווען די
מינוט דאָס דאַרף איך יעצט באַקומען, דעמאָלט
קען מען טאַקע יאָ האָבן 'תוחלת ממושכה', אָבער
דערפאַר דאַרף מען טאַקע האָבן דעם ריכטיגן
בטחון און וויסן וויאזוי מען גייט צו דערצו,
דעמאָלט ווערט מען קיינמאל נישט צעברעכן
אָדער פאַרלוירן חלילה!
דאָס איז אויך דער יסוד פון "אל תחקור אחר
העתידות", - דער בעל בטחון טראַכט נישט פון קיין
תוצאות, ווייל ער ווייסט גוט אַז ס'ליגט סייווי נישט
ביי אים אין די הענט! ער קען נישט האבן קיין שום
פּלאַן װעגן דעם עתיד װאָס ליגט ביים אויבערשטן
אין דער האַנט. דעריבער האָט ער טאַקע נישט
די 'תוחלת ממשוכה', ווייל ער ווייסט וויאזוי זאכן
אַרבעטן דאָ אין דעם סדר הטבע פון דער וועלט
צי די וואס וואטען ניין ביטע פרעגט איבער אויף די גראפ
אדרבה נחמיה איז דא צי ענטפערן
ביי דעם ענין פון פּרנסה מוז מען
שפרינגען צום רבוש''ע
אָבער באמת אין די תשובה אויף דער שאלה
נאָך טיפער:
דער רבוש”ע האָט בדוקא אַזױ אױסגעשטעלט
זיין בריאה אז ס'איז דאָ פּלעצער וואו מען קען
בשום אופן נישט אַליין אָנקומען. אַזוי ווי מ'האט
דערמאנט דעם משל אַז ס'איז ספּעציעל דא
פאַרשידענע גרובער אינמיטן וועג, כדי אַז דער
מענטש זאל מוזן געבן אַ שפּרינג אַרויף צום
אויבערשטן.
געווענליך פירט זיך טאקע די וועלט בדרך
הטבע, אָבער ס'איז דאָ פאַרשידענע זאכן
וואָס דאָרט אַרבעט עס נישט מיט קיין טבע,
דאָרט קען מען נישט גיין נאָרמאַל, מען דארף
אַרויפשפרינגען!
דער רבוש"ע האָט דירעקט אַזוי באַשאַפן די
בריאה, ווייל ער האָט געװאָלט אַז די נבראים זאָלן
קענען מכיר זיין אַז ס'איז דאָ אַ בורא. אַזוי וועלן
מענטשן כאַפּן אַז יעדע זאַך אויף דער וועלט איז
פול מיט נסים ונפלאות! דעריבער איז דאָ אַזויפיל
זאכן וואָס דער רבוש"ע האָט געמאַכט אַז ס'איז
נישטאָ דאָרט קיין שום מהלך פון טבע.
ווען אַ מענטש פרעגט: געלט קען קומען פון
הימל?! דאַרף מען אים זאָגן אַז ער זאָל באַטראַכטן
די נס פון רעגן! ביי גשמים זעט מען קלאָר ווי דער
רבוש"ע האָט אויסגעשטעלט אַז עס פּאַסירט נישט
בדרך הטבע, נאר עס פאַלט טאַקע פון הימל. זאָג
עס אַרויס נאָכאָמאָל: "רעגן פֿאַלט פון הימל"! אַזוי
איז די וועלט געװאָרן מסודר, אַז די דריי מפתחות
קען מען נישט באַקומען, בלויז דורך אַ נס מן
השמים!
פאַרוואָס הייסט דאס נישט
"אין סומכין על הנס"?!
לעצטנס האָט איינער פון די משתתפי השיעור
געפרעגט, אַז לכאורה וויאזוי קען מען אַזויפיל חזרין
דעם יסוד פונעם חובת הלבבות אז ווען אַ מענטש איז
עוסק אין פרנסה, טוט ער דאָס בלויז אַלס די חלק
פון השתדלות װאָס השי"ת האָט געהייסן לעבדה
ולשמרה', אָבער דאָס האָט נישט מיט קיין געלט!
זיין פרנסה וועט קומען לאו דוקא פון זיין אַרבעט,
זיין געלט קען אויך קומען פון אַ צווייטע פּלאַץ,
לויט ווי דער רבוש"ע וועט מחליט זיין.
פרעגט דער איד: פֿאַרװאָס גייט דאָס נישט
אריין אין גדר פון אין סומכין על הנס'?!
צום ביישפּיל: ווען איינער איז אַ שטריימל
מאַכער', דאָס טוט ער אַגאַנצן טאָג פֿאר פרנסה,
אויב וועט ער יעצט טראַכטן אַז זיין געלט וועט
קומען פון אַ צווייטע פּלאַץ, איז ער דאָך לכאורה
אַ סומך על הנסי?! אַז ער קוקט בדרך הטבע איז
דאך נאר דא איין געווענליכע מהלך וויאזוי זיין
געלט זאל אָנקומען, דורך זיין שטריימל געשעפט!
אָבער ביי די שיעורים חזר'ט מען אַזויפיל אַז דאָס
געלט האט נישט צוטון מיט די אַרבעט, דאָס געלט
קען אונטערקומען פון אַנדערע פּלעצער, פון וואו
וועט קומען די געלט?! ס'וועט קומען פון הימל?!
הייסט דאך דאָס אַז דער מענטש איז סומך על הנס!
ס'איז בכלל נישט קיין נסים, ס'איז
מעשים בכל יום
די ערשטע פשוט'ע תירוץ דערויף איז אַז דער
רבוש"ע האָט אומצאליגע טויזנטער וועגן און
מהלכים וויאזוי צו געבן געלט פאר מענטשן פון
אזעלכע פּלעצער װאָס זיי האָבן זיך קיינמאל נישט
פאָרגעשטעלט. ס'קומט דאָ בכלל נישט אריין דאָס
וואָרט ינס' כאילו עס פאַלט אַראָפּ דאָלאַרן פון
הימל.... דאָס איז מעשים בכל יום װאָס יעדער איד
וועלכער מאַכט חתונה קינדער קען דערויף מעיד
זיין!
נישט ווייל דער רבוש"ע העלפט בלויז פאר אידן
וואָס מאַכן חתונה קינדער, נאר ווייל ווען מענטשן
מאַכן חתונה קינדער זענען זיי פֿאַרלוירן, ווענדן
זיי זיך צום אויבערשטן און דעמאָלט באַקומען זיי
טאַקע געלט פון אַלע סאָרט וואונדערליכע וועגן,
פון דאָ און פון דאָרט. יעדער איד האָט זיך זיינע
מעשיות וויאזוי דער רבוש"ע האָט אים געהאלפן
אויף אַזעלכע אופנים וואָס ער האָט זיך קיינמאָל
נישט געראכטן.
דאָס הייסט אינגאנצן נישט קיין סומכין על
הנס', ווייל ס'איז נישט קיין נס! דער רבוש"ע
דרייט אַגאַנצע צייט די בריאה אז ס'זאל אפילו
אויסקוקן ווי אַ מהלך פון בדרך הטבע, אַז פּונקט
איז אנגעקומען דאָס געלט. מ'דארף נישט שפּאַלטן
די הימל אַז ס'זאָל אַראָפּקומען די שפע, ס'איז זאכן
וואָס געשען יעדן טאג וויאזוי אידן בעטן דעם
אויבערשטן און ער שיקט זיי דאָס געלט פון אַלע
סאָרט אופנים!
קרעו שמים! רייסט איין פארן סקווירא רעביצין תליט"א. די מצב איז ווייט פון גוט אין די איצטיגע מינוטן!!! והן קל כביר לא ימעס תפלת רבים!!!
Читать полностью…מסכת שבת דף קלט.
תניא אמר רבי אלישע. אם ראית דור שצרות רבות באות עליו. צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם. לא באה אלא בשביל דייני ישראל.
א פחד נורא. דער גמרא.