hemishee_kremel_channel | Unsorted

Telegram-канал hemishee_kremel_channel - היימישע קרעמעל

1656

קומט אריין און זייט אייך מחי' מיט די פיינע נייעס פאר אינזער טשעטינג גראפ 👇🖇 @Hemishee_kremel

Subscribe to a channel

היימישע קרעמעל

טיף אינמיטן די פראפעשענאלע פורים שפיל...😂

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

לעטס געט דראָנק! שבת שלום ומבורך!

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די פורים באס איז רעדי

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

דאבל די קנאבל - ארי סאמעט

https://youtu.be/pBd1rPENXd8

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

הונדערטער חסידים ווארטן צו געבן א מחצית השקל יעצט תענית אסתר אין 770

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

שיינע ווידיאו פון די משתה יין סעודה ביי הרה"ק ר' שלמה מ'באבוב זצ״ל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

זיסע קאסטיאם ווי א קינד איז פארשטעלט ווי דער ראש ישיבה וואס האט געהאט א קינד ביי די 88 יאר

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קלי קלי למה עזבתני רחוק מישעותי דברי שאגתי

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

זיך פארשטעלט פאר א קאר😂

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

מיוזיק ווידיאו לכבוד פורים

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

איינער רופט אהן דעם רב יעדן טאג מיט זיינע צודרייטע שאלות..
אייין טאג פרעגט ער דעם רב צו מען קען מאכען ביקור חולים אויפ טעלעפאון?
זאגט די רב יא, פרעגט ער וואס איז די מקור ?
זאגט די רב א פשוטע קל וחומר מה דאך מען קען קראנק מאכן א מענטש אויפן טעלעפאון איז דאך זיכער אז מען קען אים מבקר חולה זיין אויפן טעלעפאון...😃😃
קרעדיט רב מלאך

🥸🤡#משנכנס_אדר_מרבין_בשמחה🤡🥸
אין היימישע קרעמעל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די איבער הונדערט יאר אלט בית יצחק אנשי-ליבאוויטש שיהל אויף די צוועלפטע עוועניו אין בארא פארק וואס זיצט שוין אין דין תורה יארן לאנג איז בליץ שנעל איינגעווארפן געווארן דעים זונטאג דורך די אינוועסטירער וואס האבן געוואונען די דין תורה

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

משלוח מנות געגעבן פארן דאבשינא רבי דורך ר' משה מאיר פון וויין קעיוו א שוואגער זיינער

בשנת תש"פ

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

וויליאמסבורגע חלוקה ארויף א שטאפל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

א ווייב גרייט צו פרישטאג פאר איר מאן, אויפקלאפנדיג דריי אייער פאר אן אייער-שפייז.

פלוצלונג לויפט איר מאן אריין אין קאך און נעמט זיך שרייען און געבן אנווייזונגען: "וואטש, וואטש! דו לייגסט צופיל אויל אין די טאָפ! אוי וויי! עס איז צו ווייניג אייער. דריי עס איבער! שנעל, דריי עס יעצט איבער! פארוואס האסטו נישט אריינגעלייגט די טשיז? לייג עס שוין אריין! וואטש!

וואטש! אך. עס ברענט צו. קיינמאל הערסטו מיך נישט אויס ווען דו קאכסט. דריי! דריי! שנעלער! ביזט משוגע? האסט פארגעסן די זאלץ! אלעמאל פארגעסטו צו לייגן זאלץ! לייג שוין אריין זאלץ! מער!"

די ווייב קוקט אים אן פארוואונדערט "וואס איז געשען מיט דיר? דו מיינסט
איך ווייס נישט וויאזוי צו מאכן אן אייער-שפייז?"

דער מאן ענטפערט רואיג, "איך האב דיר נאר געוואלט ווייזן וויאזוי איך שפיר ווען איך דרייוו."😂

🥸🤡#משנכנס_אדר_מרבין_בשמחה🤡🥸
אין היימישע קרעמעל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

עצות ארויס קריכן פון עצבות
יענקל זיצט אין בית המדרש פארטראכט ביז גאר, אזש ער קוקט אויס שרעקליך, זיין צורה ווארפט א פחד. "יענקל!" שרייט זיין חבר ברוך אויס צו אים. "וואס איז געשען מיט דיר? דו קוקסט דאך אויס ממש רחמנא ליצלן...". "יא יא" זאגט אים יענקל. "ווען דו וואלסט געזען דאס וואס כ'האב געטראפן דא אין דעם ספר, וואלסטו שוין אלעס פארשטאנען".

ברוך ווערט שוין נייגעריג, ער גייט זען וואס יענקל האלט דארט אין די האנט, און ער טרעפט א "שבט מוסר". "שבט מוסר איז טאקע א שטרענגער ספר, אבער וועלכע שטיקל האט דיר אזוי צערידערט?" יענקל נעמט זיך פארליינען הויעך אז דער בית המדרש דינערט: "אויב דו זעסט א מענטש וואס איז עצב כל ימיו - ער איז טרויעריג אלע זיינע טעג, דע! - זאלסטו וויסן, שמיעוט הבטחה שבו גורם לו העצבות - אז זיין נישט האבן בטחון מאכט אים בעצבות, אל תשכון בשכונתו - זאלסט נישט וואוינען אין זיין געגנט, פן תסיר אותך מאחרי ה' - ווייל ח"ו ער קען דיר אפנייגן פון השי"ת" (פרק י' אות ל).

ברוך הייבט גלייך אן אריינצוקלערן וועלכע שכנים האט יענקל, אז ער האט אזוי מורא פאר דעם שטיקל שבט מוסר.. קען זיין אפשר איז עס משה נחום, אבער ניין בדרך כלל איז משה נחום בשמחה, נאר אמאל אמאל, איז ער אביסל נערוועז.. אבער דער שבט מוסר זאגט דאך קלאר 'עצב כל ימיו', ניין דאס נישט!

יענקל לאזט נישט ברוך צו לאנג טראכטן "מיין פראבלעם איז, אז איך אליין בין דער מענטש וואס דער שבט מוסר לאזט נישט וואוינען אין זיין געגנט, קומט דאס אויס אז איך מוז אוועקלויפן פון מיר אליין, כ'האב שוין פרובירט און עס גייט נישט!....

"שטיי איך דא אין אן ערנסטע פארלעגנהייט?

***

איינער האט אמאל געפרעגט א שיכור וואס האט געטרינקען פלעשער אויף פלעשער בראנפן, "ר' יוד אלעס האט א שיעור, אזויפיל בראנפן פאר איין מענטש?"
"אך", האט דער שיכור געענטפערט, "איך טרינק באמת נאר איין פלאש בראנפן, נאר נאך איין פלאש ווער איך אן אנדערע מענטש.. און דער נייער מענטש דארף דאך אויך א פלאש בראנפן, און אזוי גייט עס פלאש נאך פלאש פאר די אלע נייע מענטשן, און דאס גייט אן אזוי ביז איך ווער אויס מענטש!".

וויין און בראנפן זענען א משל אויף ענינים רוחניים, ווי די פסוקים זאגן אונז (טובים דודיך מיין, בית היין).

ווען א מענטש איז בעצבות דארף ער באמת ווערן א נייער מענטש, ווייל עצבות איז ממש עבודה זרה (דגל מחנה אפרים ויחי ד"ה יהודה), און ער דארף א גרויסע טהרה, ער דארף זיך מתחדש זיין.

וואס איז די עצה? אזוי ווי מיט וויין גשמי ווערט מען "אן אנדערער" מענטש, אזוי איז דא א כח אין די תורה הקדושה, און בפרט אין דיבורי אמונה, צו מאכן פון א מענטש אן אנדערער מענטש. מ'נעמט אריין אין זיך דער אמת פון אמונה, א פסוק עצת ה' היא תקום, א מאמר חז"ל אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו, וכדומה, יעדער איינער לויט זיין ענין, און מ'טרינקט זיך אן מיט דעם אויף אן אופן פון א פלאש בראנפן, און מווערט אן אנדערער נייער מענטש.

[אגב, קענען מיר זען פון דער שבט מוסר די וויכטיגקייט זיךצו דרייען מיט פרייליכע אידן].

***

פאלגנד זענען עטליכע מאמרים וועגן די מעלה פון שמחה:

כי בשמחה תצאו – דורך דעם כח פון שמחה קען דער מענטש ארויסגיין פון אלע צרות ועקתין בישין (דגל, ליקוטים ד"ה שפת). דער לעכאוויטשער האט געזאגט: א איד זאל ארומגיין מיט שמחה פון דעם וואס ער איז א יוד, בין איך אים מבטיח אז ער גייט ווערן געראטעוועט פון אלע נזקים, און אפילו פון א דבר עבירה.

א פרייליכן פורים!


(קרעדיט: גליון שבת בשבתו)

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

די פורים רב פון סאטמאר מאנסי קומט אן אין חדר

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

משתה יין אין תולדות אהרן

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

שיינע ווידיאו פון די משתה יין סעודה ביי הרה"ק ר' שלמה מ'באבוב זצ״ל

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

דאבל די קנאבל - ארי סאמעט

https://youtu.be/pBd1rPENXd8?si=dEE-vBZCzb705HzB

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

הונדערטער חסידים ווארטן צו געבן א מחצית השקל יעצט תענית אסתר אין 770

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ביסטע שוין גרייט אויף פורים

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

קוגל פיקעל באורד קאסט פינעף הונדערט דאלער, מ'קען צאלן מיט פעימענטס..

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

שמחת החתונה בבית הגה''צ ר' יחזקאל ווייס שליט''א רב מצילי אש מאנסי

שבת קודש❤️❤️🔥🔥

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

בריוו פון גאלאנטא רב קעגן די וואס האבן איינגעווארפן די גאר אלטע שיהל אין בארא פארק

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

אין א גאר שטארקע פראסק פאר די קראנקע ביידען אדמיניסטראציע האט די סופרים קאורט געשטימט צו צייטווייליג ערלויבן די טעקסאס נאציאנאלע גארדס צו ארעסטירן און דעפארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן אין די סטעיט טעקסאס.

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

ניסים נעכטן אין לאנדאן ווען א קאר פארלירט קאנטראל נעבן קינדער

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

וואטסעפפ מיט א פרישע אפדעיט 🤣🤣

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

היינט אין טעקסאס

משנה עיתים ומחליף את הזמנים

Читать полностью…

היימישע קרעמעל

א דאקטאר האט אמאל געזאגט פאר'ן פאציענט אז טרונקען אלקאהאל איז נישט געזונט

פאציענט: כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט, איך פיל מיר סך בעסער נאך א כוסה.
דאקטאר: בשעת מעשה פילסטו טאקע בעסער, אבער שפעטער מאכט עס אן פראבלעמען.
פאציענט: אה, אויב אזוי איז נישט קיין פראבלעם.... ווייל איך האלט אייביג בשעת מעשה.

*

אזויווי יענער וואס פלעג אייביג טרינקען 96'ער און דער דאקטאר האט אים כסדר געזאגט אז ס'נישט געזונט.
לימים האט ער געהאט וואסער אין די לינגען ל"ע, האט ער געזאגט פארן דאקטאר, "קוק, וואס פאר א חרבן די 4 וואסער האט מיט מיר געמאכט"...

*

ווי זאגט יענער.. ווען ער מאכט א לחיים, ווערט ער תיכוף א נייער מענש.
נו, דארף דער נייער מענש אויך מאכן א לחיים, דאן ווערט ער תיכוף א נייער מענש.
נו, דארף דער נייער מענש אויך מאכן א לחיים, דאן ווערט ער תיכוף א נייער מענש.
נו, דארף דער נייער מענש אויך מאכן א לחיים, דאן ווערט ער תיכוף א נייער מענש.
נו, דארף דער נייער מענש אויך מאכן א לחיים, דאן ווערט ער תיכוף א נייער מענש. אלף פעמים ככה.
ביז מען ווערט אויס מענש...

🥸🤡#משנכנס_אדר_מרבין_בשמחה🤡🥸
אין היימישע קרעמעל

Читать полностью…
Subscribe to a channel