satmarpolitic | Unsorted

Telegram-канал satmarpolitic - סאטמאר פאליטיק

-

א געשמאקע ווינקל צו דעבאטירן אלע סאטמארע פאליטיק און נייעס!! no links. no spam. no hate. Only news about satmar.

Subscribe to a channel

סאטמאר פאליטיק

מ'קען שוין איבערהערן די גאנצע קאנפרענס אויף מערכת סאטמאר 718-831-7000 

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

לא המדרש עיקר אלא המעשה! וואס קען יעדער עפעס טוהן? די יושב ראש קומט אריין מיט דעטאלן אויף למעשה

א') די עשירים בעלי יכולת זאלן אוועק געבן א באשטימטע צייט פאר די מנהלי המוסדות עטה''ק, מ'זאל זיי אויפנעמען בספ''י, דעיס מוז ווערן א סטאנדארט ביי יעדע סאטמארע חסיד.

ב') יעדע בעה''ב, אברך, בני תורה, דארף האבן א באזונדערע קאסע פאר מנהלים עטה''ק, א באזונדערע טאש, מטבע קארטל, OJC, אאוו.
מען גייט מאכן א רוועוואליציע אויף למעשה, על טהרת הקודש איז א באזונדערע צוועק, איך בין א סאטמארע חסיד האב איך א פליכט, און דאס איז די מקור פאר אלע השפעות.

ג') יעדער זאל זיך מתנדב זיין באופן קבוע צו גיין מיט א מנהל איינמאל א וואך צוויי מאל , מיטגיין מיט א מנהל, מ'קען זיך פארבינדן מיט די עסקני אחיעזר אויף
929-224-2278 מ'קען רופן אדער שיקן א טעקסט.

ד') מ'וויל בעטן יעדער זאל נעמען איין מוסד, נעמען א ירושה פונעם רבי'ן זי''ע, ער זאל האבן א קשר דערמיט, ארויסהעלפן איין מוסד אין ארץ ישראל, און זיין בקשר מיט די מנהל.

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

@ Barclays there 12,500
People present

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

*כ"א כסליו תשפ'ה - בארקלעיס סענטער - Video Recap*

*'YF Productions'* transforms the *Barclays Center* for the 80th celebration of the satmar rebbes liberation from the nazi's

°Event produced by *YF Productions*
°Video project by *SKYSHOT*

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

וואכענשריפט די וואך, הערליך
https://kyweekly.com/current-edition/

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

א וועלט פון סאטמאר!
אויפטריטן פון די מנהלי וראשי המוסדות ביים גרויסן כינוס סאטמאר במקהלות רבבות תלמידים וחסידים כ"א כסלו העעל"ט

יו"ר הרב שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו

מוה"ר יואל וואלנער הי"ו קרית יטב לב

מוה"ר מנחם שמואל לאווי הי"ו מאנטריאל

מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו קרית יואל

מוה"ר בערל לעפקאוויטש הי"ו בארא פארק

מוה"ר שלמה זלמן רייזמאן הי"ו מאנסי

מוה"ר משה נפתלי וואלדמאן הי"ו לעיקוואד

מוה"ר חיים יצחק מאנדל הי"ו וויליאמסבורג

דברי סיום ע"י היושב ראש

הר''ר שלמה אליעזר מייזעלס הי''ו יו''ר המעמד

ברכת לחיים

הר''ר שלמה אליעזר מייזעלס הי''ו יו''ר המעמד

דברות קודש כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א

הר''ר שלמה אליעזר מייזעלס הי''ו יו''ר המעמד

הרה”ח ר’ יודא ערנטאהל שליט”א - מנהל מוסדות בנות ירושלים

הרה”ג ר’ אברהם יחיאל אנא שליט”א ר”י תורת אהרן

דברות קודש כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א

הרה”ח ר’ יחזקאל שטיין שליט”א - משב”ק אצל רביה”ק זי”ע

הרבני הנגיד ר’ יואל לאנדא הי”ו

הר''ר שלמה אליעזר מייזעלס הי''ו יו''ר המעמד

הרה”ח ר’ חיים יצחק מאנדל הי”ו - מנכ”ל מוסדותינו הק’

כ”ק אדמו”ר מבית חיים יהושע שליט”א

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

ועלט פון סאטמאר!
אויפטריטן פון די מנהלי וראשי המוסדות ביים גרויסן כינוס סאטמאר במקהלות רבבות תלמידים וחסידים כ"א כסלו העעל"ט

יו"ר הרב שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו

מוה"ר יואל וואלנער הי"ו קרית יטב לב

מוה"ר מנחם שמואל לאווי הי"ו מאנטריאל

מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו קרית יואל

מוה"ר בערל לעפקאוויטש הי"ו בארא פארק

מוה"ר שלמה זלמן רייזמאן הי"ו מאנסי

מוה"ר משה נפתלי וואלדמאן הי"ו לעיקוואד

מוה"ר חיים יצחק מאנדל הי"ו וויליאמסבורג

דברי סיום ע"י היושב ראש

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

בלשון עברי המדוברת
נין = אוהר אייניקל

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

נישט קהילות ויואל משה, קרית ויואל משה.

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

*קול רינה וישועה באהלי צדיקים*

ברכת מזל טוב קדם מרן אדוננו מורינו ורבינו שליט"א לרגל שמחת הולדת הנינה, בת לנכדו הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א אב"ד קהילת ויואל משה סאטמאר מאנטיסעלא, חתן חדב"נ הרה"צ ר' חיים הערש מייזליש שליט"א ר"י סאטמאר

*סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל*

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

אבער, מורי ורבותי!
יעצט איז די צייט זיך אפצושטעלן און אריינטראכטן: דאס אלעס וואס מיר האבן דא אויסגערעכנט ׳האבן מיר באקומען׳ פון אונזער הייליגן רבי'ן!!!
איז וואס געבן מיר היינט צוריק פאר'ן רבין? וויפיל זענען מיר שולדיג פאר׳ן רבי׳ן זכותו יגן עלינו!
אונזער גאנצער מהות, און אונזער גאנצער אידישקייט, אונזערע דורות אלעס געהערט פאר׳ן רבי׳ן, און וואס געבן מיר צוריק אויף דעם?
די תשובה איז זייער פשוט.
מיר גייען אלע צוזאמען טון, אז דעם רבי'נס וועג זאל ווייטער מצליח זיין!
דעם רבינ׳ס הייליגע ירושה זאל ווייטער בליען און וואקסן! אמונה טהורה! ריינע אידישקייט! די סאטמערער גאוה דקדושה! נישט נתפעל ווערן פון די גאס, נישט נתפעל ווערן פונעם גוי!


יא יא!
מען קען פירן גרויסע געשעפטן מיט אראפגעלאזטע פאות, און מיט א גרויסען וואלענעם טלית קטן!

יא יא!
מען קען - און מ'דארף - אפשטעלן א מיטינג מיט די גרעסטע לויערס און מאנהעטן ווייל מען דארף דאווענען מנחה בציבור!


לאמיר געדענקען און האלטן פאר די אויגן.
מיר זענען סאטמארער אידן! תלמידים פונעם הייליגן רבי’ן זי״ע! שטאלצע, חסידישע, אפגעהיטענע אידן!
און ס'ליגט אויף אונז דעם עול און אחריות אז אונזער חינוך זאל ווייטער ממשיך זיין פאר׳ן עתיד פון כלל ישראל!

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

Big deal. From his uncle there is a picture oilah to sefer Torah with magen duvid

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י

מעגא סוכות אויסגאבע

https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131

גדלך ותפארתך - אריבער 50 נייע בניני סאטמאר גלאבאל

https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131

היים ארבעט - פרויען אפטיילונג

https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131

קינדער אפטיילונג

https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

וואס הייסט אפיציעל??

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

ני דעס מיינעך ער געט נאר פאר די מוסדות

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5689530#p5689530

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

נאר צוליב געלט...

#ווערטל

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

https://drive.google.com/file/d/1oeowiANw1CjtSHGibUsO7LJiQvpycBMx/view?usp=sharing

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

https://drive.google.com/file/d/1rXDVGC4kBrs-yb9OX0Re0I4-XfiYw3W3/view?usp=sharing

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

https://simplebooklet.com/toamau35#page=1

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

Correction :
בלשון עברי המדוברת בעדת ישראל החרדית , ברוב קהלות ארצנו הקדושה

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

שרייב אז אויף די ציוניסטישע שפראך, האט מיר אידן גארנישט

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

נינה מיינט א קינד, עי' חומש פרשת תולדות

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

*שמחת בית סאטמאר (מהר"יי) קהל בית אהרן*

החתן בנש''ק דוד אלימלך שליט''א
בן הגה''צ ר' שמעון ישראל מייזליש שליט''א, ר''מ בישבה''ק.
בן כ''ק הגה''צ גאב''ד שאפראן זצ'ל
חתן הגה''צ אבד''ק בית אהרן שליט''א

עב״ג הכלה בתש''ק
בת הגה''צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט''א
בן כבוד הגה''צ אבד''ק בית אהרן שליט''א
חדב''ן כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

מעיאר עדעמס ביים באטראכטן די בילדער פון די מעמד

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

א חלק פון דרשת הרבני הנגיד רבי יואל לאנדא שליט''א

בהמשך צו די הארציגע דיבורים פון מיין זיידן זאל זיין געזונט, וויל איך מוסיף זיין און פרובירן ארויסצוברענגען ׳אונזערע הרגשים׳ וואס מיר שפירן דעם היינטיגן טאג!

אלס איינער וואס האט נישט זוכה געווען צו קענען דעם הייליגן רבי’ן;
אלס איינער וואס איז שוין אויפגעוואקסן אינעם דריטן דור נאכ'ן חורבן, און טראגט שוין דעם הייליגן נאמען פון רבי׳ן;
אלס איינער וואס האט נישט מיטגעלעבט און נישט מיט געשפירט די אלע שוועריקייטן וואס מיין חשוב׳ער זיידע האט פריער דערציילט, וואס דער רבי איז אלץ אדורכגעגאנגען צו בויען אידישקייט אין אמעריקא!
אדרבא, מיר האלטן היינט שוין אלע מיט נאר די גרויסע הצלחות פון סאטמאר, די ריזיגע בנינים אויף יעדן קארנער, אין יעדן ווינקל, אין יעדע שטאט, איבער די גאנצע וועלט.

איז אויב אזוי, וואס מיינט פאר אונז – דער יונגער דור - דער טאג כ"א כסלו?

מורי ורבותי!
יעדער איינער וואס זיצט דא היינט ווייסט קלאר: אז דער הייליגער רבי זי״ע איז געווען דער מלאך וואס איז געשיקט געווארן פון הימל, צוריק אויפצובויען אידישקייט נאכ'ן חורבן!
ס׳איז געווען אסאך אנדערע צדיקים, פארשידענע גדולים.
אלע האבן געטון, יעדער האט פרובירט צו טון דאס מערסטע וואס איז שייך. איינער האט געבויעט תורה; אין אן אנדערער פלאץ האט מען געארבעט אויף עבודה; און געוויסע מקומות האט מען געלייגט דגוש אויף מידות.

אבער דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו האט נאכ׳ן חורבן געטון איין זאך: אויפגעבויעט און אהערגעשטעלט ״אידישקייט״!
וואס מיינט צו זיין א איד?! ווי אזוי שטעלט מען אויף א אידישע שטוב?! און וויאזוי זעט אויס א אידישער בעה״ב?!
און ביז׳ן היינטיגן טאג, איז סאטמאר טאקע דער פאנטרעגער פון אידישקייט איבער די גאנצע וועלט וואס אין דעם איז כולל אלע דריי עמודי העולם: תורה! עבודה! און גמילות חסדים!
נאר בזכות דעם הייליגען רבי׳ן, זיצן מיר דא היינט, אלס די גרעסטע אימפעריע פון "אידישקייט" אויף דער וועלט!
יא, אוודאי זעט מען אזא ריזיגער ציבור בכמות, בלי עין הרע, אז יעדער ווערט נתפעל!
אבער פון וואס מ׳דארף באמת נתפעל ווערן איז דער מורא׳דיגער איכות וואס מ׳זעט ב״ה.
אזויפיל רבנים! אזויפיל מרביצי תורה! אזויפיל כולל אינגעלייט! אזויפיל חשוב'ע בעלי בתים! בעלי צדקה! בעלי חסד! טויזענטער תינוקת של בית רבן וואס גייען אין דעם הייליגן דרך פונעם רבי׳ן זי”ע!


מורי ורבותי, היינט איז נישט נאר דעם רבינ׳ס יום הצלה - -
היינט איז אונזער יום הצלה! ס׳איז אונזער יום טוב!
ווי דער רבי זי״ע אליין פלעגט נאכזאגן ביי די סעודת הודאות אויפ׳ן פּסוק ״כה אמר ה׳ אל בית יעקב אשר פדה את אברהם״. זאגט דער מדרש אויף דעם, אז ווען נמרוד האט אריינגעווארפן אברהם אבינו אין פייער אריין, ״ירד הקב״ה להצילו״!
האבן די מלאכים געהאט טענות דערויף. אמר הקב״ה, האט דער רבונו של עולם געזאגט, ״בשביל יעקב בן בנו״, וועגן יעקב אבינו — ווייל דער דריטער דור גייט פון אים ארויסקומען — ״לכך אני מצילו״, פאר דעם וועל איך אים ראטעווען.
פרעגט אויף דעם דער נזר הקודש: אברהם אבינו האט דען נישט געהאט קיין אייגענע זכותים? ער האט געמוזט צוקומען צו יעקב אבינו?
נאר דער תירוץ איז, אז דער רצון פון אברהם אבינו איז געווען יא צו גיין אויף קידוש ה׳! ער האט געוואלט זיך פארברענען און מוסר נפש זיין פאר׳ן אויבערשטן!
אבער "הקב"ה ירד להצילו”, כדי עס זאל ארויסקומען פון אים א יעקב אבינו! עס זאל זיך קענען בויען די שבטי קה עס זאל ארויסקומען א כלל ישראל!
לענינינו איז קלאר: דאס האט זיך איבערגשפילט כ"א כסלו, ווען דער רבוש״ע האט ברוב רחמיו וחסדיו מציל געווען רבינו הקדוש זי״ע.
זיין הצלה איז געווען, פאר אונזער הצלה.
ווי דער רבי אליין האט דאס געזאגט כמה פּעמים, אז ער איז געראטעוועט געווארן נאר פאר אונז און פאר אונזערע בחורים.
טייערע בחורים! הייליגע תינוקות של בית רבן! היינט איז אונזער יום טוב! היינט איז אונזער יום הצלה! דער דריטער דור בשביל יעקב בן בנו!


און דאס איז אלעס פירות וואס אונזער הייליגער רבי האט אונז מחנך געווען!
דער רבי האט אונז אויסגעלערנט נישט צו בודק זיין, און נישט צו נאכצוקוקן קיינעם. נאר צו געבן און שיקן פאר יעדן איינעם, צדקה און חסד איבער די גאנצע וועלט!
פון דא אין סאטמאר איז מען משפיע פאר יעדן מוסד; פאר יעדן כולל; פאר יעדע ישיבה; פאר יעדע ארגאניזאציע; פאר יעדע קמחא דפסחא.
ווייל דא איז דער פונדאמענט פון אידישקייט.
דער יסוד פון תורה! עבודה! און גמילות חסדים אויף דער גאנצער וועלט!

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

🌴בצילא דמהימנותא🌴
מאנטאג פרשת לך:

= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =

היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט זיך הוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין בוענאס איירעס ארגענטינע, און דערנאך צום דערנעבנדיגן לאנד אורוגוויי ווי געמאלדן.

דער רבי איז ערווארטעט צו פארלאזן ביתו נאוה קודש היינט ארום 4:00 נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
די פליגער פון רבינו שליט"א איז ערווארטעט זיך צו הייבן אום 8:50 אויפדערנאכט, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם EZE לופטפעלד אין בוענאס איירעס ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי ארטיגע זייגער, 7:30 ניו יארק'ע זייגער,
פון דארט וועט דער רבי צופארן א וועג פון ארום א האלבע שעה צום חרדי'שן געגנט אין בוענעס איירעס.

צוערשט וועט דער רבי צופארן צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו,
נאך א קורצע צייט ארום 11:00 ארטיגע זייגער וועט דער רבי אריינקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל חרדים צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חברי הקהילה, בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד וילדי תשב"ר,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים און 'מעמד קבלת פנים' וואו דער רבי וועט משמיע זיין דברות קודש בדברי הדרכה פאר די הונדערטער תושבי העיר,
דערנאך וועט דער רבי צוריקגיין לבית האכסניא.

ארום 2:00 נאכמיטאג וועט פארקומען א 'מעמד צאתכם לשלום' אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל גמירת המקוה בבנין הביהמ"ד החדש אינעם געגנט, דער רבי וועט משמיע זיין ברכת הקודש.

פון דארט וועט דער רבי צופארן צום שטאט מאנטעווידעא אינעם דערנעבענדיגע לאנד אורוגוויי וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן פאר א משך פון א טאג צייט.

מיטוואך במשכ'ן טאג וועט דער רבי ארומגיין אינעם ריזיגן פלענט ווי קהילתינו הקדושה וועט פון יעצט און ווייטער אנהייבן שחט'ן די גסות ע"פ פקודת הקודש פון רבינו שליט"א,
דער רבי וועט איבערגיין די פילצאליגע חומרות והידורים אויפ'ן פלאץ וואס דער רבי האט איינגעפירט, און זיך אומקוקן פון דער נאנט אויף אלע פרטי פרטים זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געמאכט בתכלית הכשרות וההידור.

אויפדערנאכט וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל,
דער רבי איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם JFK לופטפעלד דאנערשטאג אינדערפרי ארום 7:00 ניו יארק'ע זייגער.

"יציאת צדיק מן העיר עושה רושם"
~🌴~

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

i can have a PDF from this?

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

⚠️בושה תכסה פנינו.!!!


סאטמאר אין ארץ ישראל האט ארייהגעגעבן א בקשה צו די כנסת המינים צו ווערען אפיציעל אנערקענט ביי די מדינה.

עס איז היינט אפגעשטיפט געווארן די וואוטינג צוליב וואאס עטליכע האבן זיך קעגנגעשטעלט.

Читать полностью…

סאטמאר פאליטיק

ער האט געגעבן נאך פאר משה אלי' איז געווען

Читать полностью…
Subscribe to a channel