"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
מעגא סוכות אויסגאבע
https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131
גדלך ותפארתך - אריבער 50 נייע בניני סאטמאר גלאבאל
https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131
היים ארבעט - פרויען אפטיילונג
https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131
קינדער אפטיילונג
https://satmarinfo.us19.list-manage.com ... 0702eef131
רב ישראל ג"ב גרויס געלט קומט אויך צוליב דער זעלבער מעשה שהי'. כיודע ער איז געווען זייער נאנט מיט ר' עזריאל
Читать полностью…עס איז בעצם נישט ווערט זיך צו מטפל זיין מיט די צוויי טיפשים, אבער היות איך בין געשטאנען דארט און מיטגעהאלטן וואס עס איז געווען דארט, וועל איך דיר אראפ געבן די טריקענע פאקטן וואס די קענסט פרעגן יעדן איינעם וואס איז דארט געווען, די פלאן איז קיינמאל נישט געווען צו אריין פארן אין די טענט! קיין איין נארמאלע מענטש וואלט נישט אריין געפארן אין די טענט... און דאס איז בכלל נישט געווען די פלאן, פארשטייט זיך אז די ספינערייען גייען אן אויפן גרעסטן פארנעם פאר אלע #חלה דעקלעך-ארוינים צווייטנס די בית החיים איז געווען אפגעשפארט מיט צעמענטענע בלאקאדעס און די טראק נאר ביינאכט! בשעת ווען די רבי האט געדארפט ארויפפארן! סאו די באבקע אז מען האט פלעין געלאזט די סעקיוריטי און ארויס געשניטן די רבי'ס קומען איז א אפענע בלאף, והא ראי'עס איז נאר דארט געווען ווען די רבי האט געדארפט ארויף קומען! דריטנס; די רבי איז ארויף געקומען די לעצטע פאר יאר מיט צוויי אדער מערסטנס דריי קארן! (קענסט עס זען אויף אלע בילדער און ווידעאוס פון די פארגאנגענע יארן) די גאנצע עסקארט איז נאר געווען טאקע ווייל מען האט געוויסט אז זיי האלטן נישט ביים ארויף לאזן, זיי האבן נישט אויף געהויבן קיין טעלעפאן'ס אגאנצן טאג, משה לייב וויטריאל האט אנגערופן משה וואלף ווען מען האט גענדיגט די טיש און אים געזאגט אז ער וויל זייער שטארק ארויף לאזן אזוי ווי א יעדע יאר, נאר ער קען נישט, מען לאזט אים נישט,
Читать полностью…ליל שישי כ״ו אב תשפ״ד - א שווארצער נאכט אינעם סאטמארער באוואוסטזיין
צוויי-און-זיבעציג שטונדן צוריק, פארלאפענעם ליל שישי כ״ו אב, האבן די מהר״א קאמפעני און די טרויעריגע ״מהר״א יונגט״, דורכגעפירט א גלענצענדע אקציע, קאוד נאמען ״מיר גייען זיי ווייזן ווער איז באלעבאס״.
אנדערש ווי יעדעס יאר ווען כ״ק מרן אדמו״ר מהרי״י מסאטמאר שליט״א פארט מיט א קאר ביזן טויער און פון דארט גייט ער ארויף צופיס ביזן ציון, האבן אנשי חברא קדישא דקהילת מהר״א אונטער די ארדערס פון אברהם יושע גלאנץ, געמאלדן פאר די שטוב פון סאטמארער רבי שליט״א אז דער רבי זז״ג וועט מוזן ארויפגיין צום ציון דורך בארדיטשוב.
מ׳האט זיי פרובירט צו ערקלערן (ווי באקאנט זענען אנשי חברא קדישא דקהילת מהר״א זייער נאריש און קליינקעפיג, נעבעך אזוי געבוירן געווארן, זיי האבן פשוט נישט פארשטאנען די פראבלעם צו ארויפגיין צום ציון דורך בארדיטשוב) אז טאמער דער רבי וועט אריבערגיין דורך די מתיבתא וואו די ערגסטע מושחתים אין די דריי-סטעיט-ראיאן געפינען זיך, גייט זיין לעבעדיג מילד גערעדט, אבער ס׳איז געפאלן אויף טויבע אויערן, זיי האבן געמאלדן אז אויף סקאנעמאנק גייט זיין בלאקירט און סאטמאר רבי וועט מוזן אויפן וועג צום ציון אריבערגיין די מתיבתא.
פון די מיטאג שטונדן האבן די מתיבתא מושחתים זיך אנגעגרייט טאמער סאטמארער רבי וועט ווירקליך קומען דורך בארדיטשוב, שטיינער און פעפער ספרעי, איז אויסגעטיילט געווארן, די ״מהר״א יוגנט״ זענען געווען גרייט פאר די ״מיר גייען זיי ווייזן ווער איז באלעבאס״ אקציע. זיי האבן עס נישט באהאלטן, ס'איז געווען אפציעל און פאר די משגיחי הישיבה איז ניטאמאל איינגעפאלן צו טון עפעס דערוועגן.
ביים אריינגאנג צום פארקינג לאט, האט אברהם יהושע גלאנץ אוועקגעשטעלט צעמענט און א טרעילאר צו בלאקירן די וועג. פארשטייט זיך ס׳האט גארנישט געהאט מיטן סאטמארער רבי, ווי די ערשטע ספין פון די מהר״א קאמפעני דאנערשטאג נאכט האט געלויטעט, ״מ׳האט נישט אפגערעדט מיט חברא קדישא ווען די רבי גייט קומען״ - זיי האבן ווארשיינליך געבלאקט די וועג צו זיכער מאכן אז ווישזניצער חסידים קומען נישט צום ציון צו מאכן א מניין מעריב בעפאר רבינו תם, און מ׳ברויך געבן קרעדיט פאר אברהם יהושע גלאנץ, די טרעילאר איז ווירקליך געווען זייער אפעקטיוו קעגן די וויזניצער חסידים.
די אומוועג וואו מ'האט אויך געקענט אריבערגיין גיין און אנקומען ביזן טויער, האבן זיי געבעטן פון משה דוד דאווידאוויטש צו אוועקשטעלן א טענט לאכילה ושתייה. פארשטייט זיך אנדערש ווי יעדעס יאר האבן די חברא קדישא מיליטאנטן עס אוועקגעשטעלט דווקא ווי מ׳קען אריבערפארן וויבאלד אין די גאנצן שטח איז נישט געווען וואו עס צו לייגן, זיי האבן עס ״געמוזט״ לייגן דארטן.
מושחתי המתיבתא האבן אויפגעשטעלט די טענט, און אויסער משה דוד דאווידאוויטש וואס ווי עס שטעלט זיך ארויס האט נישט געוואוסט פארוואס מ׳לייגט די טענט דווקא ביים אומוועג, האט גאנץ קרית יואל געוואוסט, א מיסטעריע!
די וואס האבן געמיינט ווען יצחק ראזנבערג איז געשטארבן אז די טעראר און מושחתות עפאכע האט זיך געענדיגט. קענען נישט קהילת מהר"א און זענען זייער נאאיוו.
עס איז אויפגעוואקסן א נייעם דור וואס מ׳האט זיי אריינגעפרעגלט מושחתות מ׳האט זיי פארדארבן דורך און דורך מ'האט זיי אויסגעלערנט אז נאכשרייען פארפעלקער וואס האבן נישט גענומען מהר"א צו זיין זייער מסדר קידושין, אדער ווארפן שטיינער אויף רבנים, אדער אראפשלעפן א טישטוך אנקעגן א רבי פון טויזנטער חסידים, טיילן שלעק, מסר'ן אויף רעכטס און לינקס, פארמאכן בתי מדרשים - איז א קידוש השם. טעראר איז נישט קיין שמוציגע ווארט ביי די מהר"א יוגנט, עס איז א דרך החיים. די בני ברק סומעטאכע האט דאס געוויזן מיט פולע קאלירן פאר ווער ס'האט געמיינט אז ס'איז בלויז דא אדער בלויז דארט. ס'איז א אלגעמיינע פענאמענאן אין די מהר"א געזעלשאפט. די מהר״א קאמפעני איז סינאנים מיט טעראר, זייער קהילה איז געגרינדעט געווארן אויף טעראר און מסירות.
די דאזיגע קולטור איז נישט אוועק ווען יצחק ראזנבערג איז געשטארבן, עס לעבט און בליעט און גייט אן מיט א פרישקייט און די הויכע פענסטער זענען עס מחזק און קוקן דאס אן מיט א פאזיטיוון בליק און ווען עס פעלט אויס, באנוצן זיי זיך מיט דעם וואו עס האט פאסירט פארגאנגענעם ליל שישי.
און אזוי אויך איז קהילת מהר״א נישט משנה חס ושלום, זיי זענען זייער מקפיד אויף אלע מנהגים און מסורות אבותינו (אויסער ווען מהר״א גיט א עקזעקעטיוו ארדער, אדער מער באקאנט אלס ״תהילים שיעור אויסברוך״, דעמאלט ווארפט מען ארויס די מנהגים פון פענסטער) די מהר״א קאמפעני האט היי יאר באשלאסן אז וכל המרבה הרי זה משובח.
נאכן זעהן דאס לעצטע פאר יאר ווי די ברודערס חסידות וואקסט אויף א שטארקע פארנע, אין פון די אנדערע זייט זיך געטראפן מיט א געשטארבענע חסידות וויאזוי די דעמאקראטישע פארטיי האט אויסגעקוקט אינטער ביידען, איז אים געבליבן די איינציקע אפציע צוריק אנדרייען די מחלוקת דאס זיין איינציגע עקזיסטענץ וועגן דעם האט ער זיך אוועקגעדרייט און נישט ארויף צום ציון ה"ק פונעם רבי'ן זכרונו לברכה כדי אנהעצן זיין אייגענע ציבור (אפילו איך זאל נאכגעבן און זאגן אז די צד שכנגד האט אים נישט געגעבן דאס כבוד וואס ער האלט עס קומט אים) וואלט א חבד'סקער חסיד אויף געגעבן דאס קומען צום אוהל פון רבי'ן אויב קומט אים אן אביסל שווער, וואלט א ברעסלאווער חסיד אױף געגעבן גיין צום ציון ה"ק , דא רעדט מען פון איינער וואס האלט זיך פאר אן ממשיך דורכן פון רבי'ן איז געווען גרייט אויף געבן דאס ארויפגיין ווייל ער דארף וואקן נאך א פאר טריט, נאר וואָס קען ער זיכט אן צו דרייען און פראבירט מיט דעם צו בויען זיין חסידות, און דאס איז די סיבה פאר'ן קענען קיין קרית יואל יום כיפור, ווייל דער האט זיך געטראפן מיט א חסידות וואס שלאפט, איין זאך האבן זיי נישט געכאפט, זיך לערנען אינגאנצן פון די דעמאקראטען, די אלע זאכן העלפט אבער האלט נישט אן פאר קיין לאנגע צייט, געבליבן איין ברירה פארטוישן דעם אדמ"ר דאס וועט אפשר העלפן
Читать полностью…🌴בצילא דמהימנותא🌴
מאנטאג פרשת לך:
= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =
היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט זיך הוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין בוענאס איירעס ארגענטינע, און דערנאך צום דערנעבנדיגן לאנד אורוגוויי ווי געמאלדן.
דער רבי איז ערווארטעט צו פארלאזן ביתו נאוה קודש היינט ארום 4:00 נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
די פליגער פון רבינו שליט"א איז ערווארטעט זיך צו הייבן אום 8:50 אויפדערנאכט, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם EZE לופטפעלד אין בוענאס איירעס ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי ארטיגע זייגער, 7:30 ניו יארק'ע זייגער,
פון דארט וועט דער רבי צופארן א וועג פון ארום א האלבע שעה צום חרדי'שן געגנט אין בוענעס איירעס.
צוערשט וועט דער רבי צופארן צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו,
נאך א קורצע צייט ארום 11:00 ארטיגע זייגער וועט דער רבי אריינקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל חרדים צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חברי הקהילה, בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד וילדי תשב"ר,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים און 'מעמד קבלת פנים' וואו דער רבי וועט משמיע זיין דברות קודש בדברי הדרכה פאר די הונדערטער תושבי העיר,
דערנאך וועט דער רבי צוריקגיין לבית האכסניא.
ארום 2:00 נאכמיטאג וועט פארקומען א 'מעמד צאתכם לשלום' אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל גמירת המקוה בבנין הביהמ"ד החדש אינעם געגנט, דער רבי וועט משמיע זיין ברכת הקודש.
פון דארט וועט דער רבי צופארן צום שטאט מאנטעווידעא אינעם דערנעבענדיגע לאנד אורוגוויי וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן פאר א משך פון א טאג צייט.
מיטוואך במשכ'ן טאג וועט דער רבי ארומגיין אינעם ריזיגן פלענט ווי קהילתינו הקדושה וועט פון יעצט און ווייטער אנהייבן שחט'ן די גסות ע"פ פקודת הקודש פון רבינו שליט"א,
דער רבי וועט איבערגיין די פילצאליגע חומרות והידורים אויפ'ן פלאץ וואס דער רבי האט איינגעפירט, און זיך אומקוקן פון דער נאנט אויף אלע פרטי פרטים זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געמאכט בתכלית הכשרות וההידור.
אויפדערנאכט וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל,
דער רבי איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם JFK לופטפעלד דאנערשטאג אינדערפרי ארום 7:00 ניו יארק'ע זייגער.
"יציאת צדיק מן העיר עושה רושם"
~🌴~
⚠️בושה תכסה פנינו.!!!
סאטמאר אין ארץ ישראל האט ארייהגעגעבן א בקשה צו די כנסת המינים צו ווערען אפיציעל אנערקענט ביי די מדינה.
עס איז היינט אפגעשטיפט געווארן די וואוטינג צוליב וואאס עטליכע האבן זיך קעגנגעשטעלט.
פין א אינטערוויו מיט ר יחזקאל גליק,
מורא'דיגע מוסר השכלה, וואס מטיט פאר יענעם טיט מען פאר זיך!!
זיי האבן געמיינט אז זיי טיען איינעם אפ מיט לייגן טשעינס, דאס האט שוין געברענגט 6 א האלב מיליאן דאלאר (דערווייל) פאר ק"ק קרית יואל
די מצב אין מוסדותינו הק' סאטמאר אין לינדען - דברים כהוויתן.
מ׳איז שוין שולדיג חדשים שכירות פאר די אנגעשטעלטע און זיי ארומגעפירט יעדן טאג מיט פרישע תירוצים. און זענען מער נישט גרייט צו ארבעטן אויף הבטחות.
די הנהלה פון וויליאמסבורג (וואס האבן אפיציעל גענומען אחריות בשעת עפענען די מוסדות) דרייט זיך ארויס.
דער רבי זז''ג האט צוגעזאגט צו שאפן פאנדס פארן עקזיסטענץ פון די מוסדות א גאנץ יאר.
1) כמעט אלע גוטע מנהלים, מלמדים, און טיטשערס האבן געזוכט אנדערע פאסטנס אין אנדערע מוסדות.
2) מיר קענען זיי שוין נישט צווינגען צוריקצוקומען צום נייעם זמן.
3) די וואס זענען געבליבן, זענען דא פין זיי וואס זענען גארנישט ווערד, וד״ל.
4) די עלטערן זענען פארצווייפלט, געוויסע טויגליכע בעב״ת שרייבן איין די קינדער אין פאפא, נישט צו בלייבן אויפן וואסער.
5) מיט אביסל עפפארט קען מען עס ראטעווען. די פראבלעם איז אז די הנהלה איז שוין אויסגעברענט.
6) מיר זענען אויפן וואסער און טרינקען חלילה אונטער - און קהלתינו הק׳ אין וויליאמסבורג איז ב״ה שטארק פארנומען מיטן צובויען את פרישע בנין פאר קוים א חודש אין ווערד פון מיליאנען אויף הופער סט!
הצילנו כי באו מים עד נפש!
קפ
אפשר קען איינער מסביר זיין פארוואס דארפען די ארונים אין זאלונים בויען נייע שוהלען
רזל פארט טויף יו"ק קיין קר"י מהרא פארט קיין וויליאמסבורג
פארשטייט זיך אז מ׳איז נישט משנה און די מושחתי המתיבתא וועלן האבן די געלעגנהייט צו ווארפן שטיינער טיילן שלעק און מבזה זיין סאטמארער רבי שליט״א כמידי שנה ושנה - דאס יאר אבער גייט מען מוסיף זיין, מ׳גייט פאדערן פון סאטמארער רבי צו אריבערגיין דורך בארדיטשוב כדי די מושחתי המתיבתא די "מהר"א יוגנט" זאלן האבן א בעסערע עקספיריענס, די קאמפעני שטעלט צו.
סאטמארער רבי שליט"א האט באשלאסן צו קומען פון סקאנעמאנק ווי יעדעס יאר און ארויפגיין צופיס, וויסנדיג אז די חברא קדישא האבן געבלאקט די ראוד.
אנקומענדיג דארטן האט די רבי געזען די צושטאנד, די כאאס, הונדערטער מתיבתא בחורים און הונדעטער קווינס בחורים האבן זיך געפינען דארטן און דער רבי האט פארשטאנען אז טאמער ער גייט ארויסגיין פונעם קאר, גייט זיין פעטש, די מתיבתא בחורים גייען זיכער מאכן צו אנהאלטן זייער יערליכע מנהג צו טיילן שלעק כ״ו אב ביים רבי׳נס ציון - האט דער רבי זז״ג באשלאסן אז ער פארט אוועק, אויב ארויפגיין צום ציון מיינט אז די חילול השם וועט ווערן גרעסער און פעטש גייען פליען, איז בעסער נישט צו ארויפגיין ציום ציון! ״נישט אין מיין נאמען״! ס׳איז נישט ווערד די שוידערליכע חילול השם!
הארט נאכדעם האט די מהר״א קאמפעני ארומגעשיקט זייער ערשטן ספין ״סאטמאר האט פשוט נישט קאמיוניקירט מיט די ארונים ווען צו ארויפגיין, דערפאר איז די ראוד געווען בלאקירט"...
איבערשרייבן היסטאריע און פאבריצירן גוטע ספינעראציעס, איז א פאך ס'איז א קונסט. די מהר"א קאמפעני איז געווען בארימט מיט זייער ספינען און היסטאריע איבערשרייבונגען עס פלעגט זיין שמואל ווידער׳ס דשאב און ער פלעגט טובל'ען מוחות וועכנטליך זייער אפעקטיוו, אבער ער איז געשטארבן, און זיינע פארטרעטער זענען פון זייער א שוואכע קאליבער און זייער שנעל האבן זיי געטוישט די געשיכטע:
"דער סאטמארער רבי האט נישט געוואלט גיין צופיס, דערפאר איז ער אוועקגעפארן"...
זיי פארגעסן אז מ'רעדט דא פון א מנהיג וואס טאנצט פאר לאנגע שטונדן שמחת תורה און שמיני עצרת, דאס גיין צופיס איז נישט געווען די פראבלעם, א מנהיג וואס גייט אים נישט אן פון זיין אייגענע כבוד, א מנהיג וואס קען נישט פארליידן פאלשקייט, א מנהיג וואס קען נישט פארטראגן שוואנצונעס, א מנהיג וואס גיט אכטונג אויף זיין מויל, א מנהיג וואס פאנגט אן נישט אן מערכות צוליב איגא, א מנהיג וואס איז נישט קיין עגאאיסט, א מנהיג וואס דארף נישט טרעטן אויף א צווייטן צו מאכן זיך גרעסער.
אייגנטליך די מהר"א מוחות קענען נישט דערהייבן אז עס איז דא אזא קאנצעפט, זיי זענען צוגעוואוינט צו א מנהיג וואס איז אקוראט פארקערט, סאו זיי פארגעסן נישט, זיי ווייסן אדער איינפאך גלייבן נישט.
יעדער בר דעת פארשטייט פונקטליך וואס עס האט פאסירט פארלאפענעם ליל שישי, קהילת מהר״א קען איינפאך נישט פארליידן די דראמאטישע וואוקס פון סאטמאר אין קרית יואל, זיי האלטן נעבעך נישט אויס אז סאטמאר האט איבערגעבויעט זייער ביהמ״ד הגדול אין ק״י, די קאמפעני האט באשלאסן אז עפעס מוז געטון ווערן. מסר׳ן אין קרית יואל קענען זיי דאך נישט צוליב פארשטענליכע אורזאכן והמבין יבין, סאו האבן זיי באשלאסן צו ווייזן פאר די זאליס ווער איז באמת בעל הבית. זיי האבן מבזה געווען דער סאטמארער רבי שליט״א און אין די פראצעדור באוויזן צו אויפהייצן סאטמארע חסידים איבער די גארער וועלט צו באקעמפן די די מהר״א קאמפעני, זיי האבן באשלאסן ווידער צו ווייזן פאר די וועלט ווער זיי זענען און וואס זיי פארטרעטן.
קהילת מהר״א ווערט נישט געפירט דורך סטראטעגן, עס ווערט געפירט דורך די געפילן און אימפאולסן פון די נידריגסטע פארשוינען און מושחתים וואס כלל ישראל פארמאגט, טעראר און אלימות איז לעגיטים אין זייערע אויגן. המטרה מקדשת את האמצעים.
די דאטום ליל שישי כ"ו אב תשפ"ד, איז אריינגעקריצט געווארן אין דער סאטמארער באוואוסטזיין אלס א שווארצע נאכט וואס אברהם יושע גלאנץ, א אויסוואורף מיט גרויע האר אויף זיין בארד, האט מבזה געווען כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א! אינטערסאנט צו זען אויב בעפארן שטארבן וועט ער אויך גיין איבערבעטן אלע רבנים וואס ער האט געטשעפעט בחייו, שמואל ווידער סטייל.
סאטמאר דערשרעקט זיך נישט פון טעראר! סאטמאר דערשרעקט זיך נישט פון אלימות! טראץ די רדיפות פון די מהר״א קאמפעני על אפם ועל חמתם פון די מהר״א אויסוואורפן און זייערע סאלדאטן די טרויעריגע בארימטע ״מהר״א יוגנט״ - וועט סאטמאר ווייטער בליען און זיך אויסברייטערן אין עיר הצדק קרית יואל מיסודו של רביה״ק בעל ויואל משה זיע״א
כ'וויל וואוסן ווען צו קומען ברענגען די נעפקינס צו אפווישן די טרערעלעך.. ס'טוט דיר נאך וויי שעפעלע?.. ווייז מיר וואו טוט עס וויי, דא?... ס'גייט זיך שוין אויסהיילן וואוילע
Читать полностью…